1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז אַ מאַן װעט קלאָר אַרױסרעדן אַ נדר פֿון נפֿשות צו ה׳, לױט דײַן שאַצונג, 3 זאָל דײַן שאַצונג זײַן פֿאַר אַ זָכר פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און ביז זעכציק יאָר אַלט – זאָל דײַן שאַצונג זײַן פֿופֿציק שֶקל זילבער, אױפֿן הײליקן שֶקל. 4 און אױב דאָס איז אַ נקבֿה, זאָל דײַן שאַצונג זײַן דרײַסיק שֶקל. 5 און אױב פֿון פֿינף יאָר אַלט און ביז צװאַנציק יאָר אַלט, זאָל דײַן שאַצונג זײַן, אַ זָכר צװאַנציק שֶקל, און פֿאַר אַ נקבֿה צען שֶקל. 6 און אױב פֿון אַ חודש אַלט און ביז פֿינף יאָר אַלט, זאָל דײַן שאַצונג זײַן, אַ זָכר פֿינף שֶקל זילבער, און פֿאַר אַ נקבֿה זאָל דײַן שאַצונג זײַן דרײַ שֶקל זילבער. 7 און אױב פֿון זעכציק יאָר אַלט און העכער, אױב אַ זָכר, זאָל דײַן שאַצונג זײַן פֿופֿצן שֶקל, און פֿאַר אַ נקבֿה צען שֶקל. 8 און אױב ער איז צו אָרים פֿאַר דײַן שאַצונג, זאָל מען אים שטעלן פֿאַרן כּהן, און דער כּהן זאָל אים אָפּשאַצן; לױט װי עס פֿאַרמאָגט די האַנט פֿון דעם װאָס טוט דעם נדר, זאָל אים אָפּשאַצן דער כּהן.
9 און אױב דאָס איז אַ בהמה װאָס מע איז מקריבֿ דערפֿון אַ קָרבָּן צו ה׳, זאָל אַלץ װאָס ער גיט פֿון אַזעלכע צו ה׳, זײַן הײליק. 10 ער טאָר עס נישט טױשן און טאָר דאָס נישט אומבײַטן, בעסערס אױף ערגערן, אָדער ערגערס אױף בעסערן; און אױב אומבײַטן װעט ער אומבײַטן אַ בהמה פֿאַר אַ בהמה, זאָל אי זי אי איר אומבײַט זײַן הײליק. 11 און אױב דאָס איז װאָסער עס איז אומרײנע בהמה, װאָס מע איז דערפֿון נישט מקריבֿ אַ קָרבָּן צו ה׳, זאָל ער שטעלן די בהמה פֿאַרן כּהן, 12 און דער כּהן זאָל זי אָפּשאַצן, אױב זי איז גוט אָדער שלעכט; אַזױ װי דו, דער כּהן, שאַצסט, אַזױ זאָל זײַן. 13 און אױב אױסלײזן װיל ער זי אױסלײזן, זאָל ער צולײגן אַ פֿינפֿטל דערפֿון צו דײַן שאַצונג.
14 און אַז אַ מאַן װעט הײליקן זײַן הױז הײליק צו ה׳, זאָל עס דער כּהן אָפּשאַצן, אױב עס איז גוט אָדער שלעכט; אַזױ װי דער כּהן װעט עס אָפּשאַצן, אַזױ זאָל באַשטײן. 15 און אױב דער װאָס הײליקט עס װיל אױסלײזן זײַן הױז, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל פֿון דעם געלט פֿון דײַן שאַצונג, און עס זאָל בלײַבן בײַ אים.
16 און אױב פֿון דעם פֿעלד פֿון זײַן אײגנטום װעט אַ מאַן הײליקן צו ה׳, זאָל דײַן שאַצונג זײַן לױט דער זריעה דערפֿון: די זריעה פֿון אַ חוֹמֶר גערשטן אין פֿופֿציק שֶקל זילבער. 17 אױב ער װעט הײליקן זײַן פֿעלד פֿון דעם יאָר פֿון יוֹבֿל, זאָל עס באַשטײן לױט דײַן שאַצונג.
18 און אױב ער װעט הײליקן זײַן פֿעלד נאָכן יוֹבֿל, זאָל אים דער כּהן באַרעכענען דאָס געלט לױט דער צאָל פֿון די יאָרן װאָס זײַנען געבליבן ביז דעם יאָר פֿון יוֹבֿל, און אַן אַראָפּרעכענונג זאָל געמאַכט װערן פֿון דײַן שאַצונג. 19 און אױב אױסלײזן װיל אױסלײזן דאָס פֿעלד דער װאָס הײליקט עס, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל פֿון דעם געלט פֿון דײַן שאַצונג, און עס זאָל זיך אָפּשטעלן בײַ אים. 20 אױב אָבער ער װעט נישט אױסלײזן דאָס פֿעלד, אָדער אױב מע האָט פֿאַרקױפֿט דאָס פֿעלד צו אַן אַנדער מענטשן, קען עס מער נישט אױסגעלײזט װערן. 21 און דאָס פֿעלד, װען עס גײט אַרױס אום יוֹבֿל, זאָל זײַן הײליק צו ה׳, אַזױ װי אַ פֿעלד פֿון חרם; צום כּהן זאָל געהערן דאָס אײגנטום דערפֿון.
22 און אױב ער װעט הײליקן צו ה׳ זײַנס אַ געקױפֿט פֿעלד, װאָס איז נישט פֿון דעם פֿעלד פֿון זײַן אײגנטום, 23 זאָל אים דער כּהן באַרעכענען דעם באַטרעף פֿון דײַן שאַצונג ביז דעם יאָר פֿון יוֹבֿל, און ער זאָל געבן דײַן שאַצונג אין דעם אײגענעם טאָג, הײליק צו ה׳. 24 אין יאָר פֿון יוֹבֿל זאָל דאָס פֿעלד זיך אומקערן צו דעם װאָס ער האָט עס פֿון אים געקױפֿט, װאָס צו אים געהערט דאָס אײגנטום פֿון דעם לאַנד. 25 און דײַן יעטװעדער שאַצונג זאָל זײַן אױפֿן הײליקן שֶקל; צװאַנציק גֵרָה זאָל זײַן דער שֶקל.
26 אָבער אַ בכוֹר צװישן בהמות, װאָס געהערט דורך זײַן בכוֹרהשאַפֿט צו ה׳, אים דאַרף קײנער נישט הײליקן; סײַ אַן אָקס, סײַ אַ שעפּס, געהערט ער צו ה׳. 27 און אױב פֿון אַן אומרײנער בהמה, זאָל מען אױסלײזן לױט דײַן שאַצונג, און צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון; און אױב ער װעט נישט אױסגעלײזט װערן, זאָל ער פֿאַרקױפֿט װערן לױט דײַן שאַצונג.
28 אָבער קײן חרם װאָס עמיצער װעט מאַכן חרם צו ה׳, פֿון אַלץ װאָס ער האָט, פֿון מענטשן, אָדער פֿון בהמות, אָדער פֿון דעם פֿעלד פֿון זײַן אײגנטום, קען נישט פֿאַרקױפֿט װערן, און נישט אױסגעלײזט װערן; איטלעכער חרם איז אַ הײליקסטע הײליקײט צו ה׳. 29 קײן חרם װאָס װעט געמאַכט װערן חרם פֿון מענטשן, קען נישט אױסגעלײזט װערן; טײטן מוז ער געטײט װערן.
30 און איטלעכער מעשׂר פֿון דער ערד, פֿון זאָמען פֿון דער ערד, פֿון פֿרוכט פֿון בױם, געהערט צו ה׳; הײליק צו ה׳. 31 און אױב אױסלײזן װיל אַ מאַן אױסלײזן טײל פֿון זײַן מעשׂר, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון. 32 און איטלעכער מעשׂר פֿון רינדער און שאָף – פֿון אַלץ װאָס גײט אונטער דער רוט, זאָל דער צענטנער זײַן הײליק צו ה׳. 33 מען זאָל נישט נאָכזוכן אױב ער איז גוט אָדער שלעכט, און מע זאָל אים נישט אומבײַטן; און אױב אומבײַטן װעט מען אים אומבײַטן, זאָל אי ער אי זײַן אומבײַט זײַן הײליק; ער קען נישט אױסגעלײזט װערן.
34 דאָס זײַנען די געבאָט װאָס ה׳ האָט געבאָטן משהן פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אױפֿן באַרג סינַי.