Publicidade

Levítico 3

1 און אױב אַ פֿרידאָפּפֿער איז זײַן קָרבָּן, אױב ער ברענגט פֿון רינדער, סײַ אַ זָכר, סײַ אַ נקבֿה, זאָל ער אָן אַ פֿעלער אים ברענגען פֿאַר ה׳. 2 און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן קָרבָּן, און אים שעכטן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים, זאָלן שפּרענגען דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 3 און ער זאָל גענענען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, 4 און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען. 5 און די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן עס דעמפֿן אױפֿן מזבח איבער דעם בראַנדאָפּפֿער װאָס אױפֿן האָלץ װאָס איבערן פֿײַער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

6 און אױב פֿון קלײנפֿי איז זײַן קָרבָּן פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער צו ה׳, אַ זָכר אָדער אַ נקבֿה, זאָל ער אָן אַ פֿעלער אים ברענגען. 7 אױב אַ שעפּס ברענגט ער פֿאַר זײַן קָרבָּן, זאָל ער אים גענענען פֿאַר ה׳. 8 און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן קָרבָּן, און אים שעכטן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 9 און ער זאָל גענענען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, זײַן פֿעטס, דעם גאַנצן װײדל – לעבן דעם רוקנבײן זאָל ער אים אַראָפּנעמען – און דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, 10 און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען 11 און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח, אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.

12 און אױב אַ ציג איז זײַן קָרבָּן, זאָל ער אים גענענען פֿאַר ה׳. 13 און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױף זײַן קאָפּ, און אים שעכטן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 14 און ער זאָל גענענען דערפֿון זײַן קָרבָּן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳: דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, 15 און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען. 16 און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; דאָס גאַנצע פֿעטס צו ה׳. 17 אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות אין אַלע אײַערע װױנערטער: קײן חֵלבֿ און קײן בלוט זאָלט איר נישט עסן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-