1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: די יוֹם-טובֿים פֿון ה׳ װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן פֿאַר הײליקע פֿאַרזאַמלונגע – דאָס זײַנען מײַנע יוֹם-טובֿים: 3 זעקס טעג זאָל געטאָן װערן אַרבעט, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג איז אַ שבת פֿון רוּונג, אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע; קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן; דאָס איז שבת צו ה׳ אין אַלע אײַערע װױנערטער.
4 דאָס זײַנען די יוֹם-טובֿים פֿון ה׳, די הײליקע פֿאַרזאַמלונגען, װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן אין זײער געשטעלטער צײַט. 5 אין ערשטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש, אַקעגן אָװנט, איז דער קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳. 6 און אױפֿן פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש, איז דער יוֹם-טובֿ פֿון מַצות צו ה׳; זיבן טעג זאָלט איר עסן מַצות.
7 אין ערשטן טאָג זאָל אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע זײַן בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. 8 און איר זאָלט ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳ זיבן טעג; אױפֿן זיבעטן טאָג איז אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן.
9 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 10 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך גיב אײַך, און איר װעט שנײַדן איר שניט, זאָלט איר ברענגען אַ גאַרב פֿון אײַער ערשטן שניט צום כּהן. 11 און ער זאָל אױפֿהײבן די גאַרב פֿאַר ה׳, פֿאַר אײַער אָננעמונג; אױף מאָרגן נאָך דעם רוּטאָג זאָל זי דער כּהן אױפֿהײבן. 12 און איר זאָלט מאַכן, אין דעם טאָג װאָס איר הײבט אױף די גאַרב, אַ שעפּס אָן אַ פֿעלער, אַ יאָריקן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳; 13 און אַ שפּײַזאָפּפֿער דערצו, צװײ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳ פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; און אַ גיסאָפּפֿער דערצו, װײַן אַ פֿערטל הין. 14 און ברױט, און געברענטע קערנער, און פֿריש זאַנגען, זאָלט איר נישט עסן ביז דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, ביז איר ברענגט דעם קָרבָּן פֿון אלוקיכם; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות אין אַלע אײַערע װױנערטער.
15 און איר זאָלט אײַך צײלן פֿון אױף מאָרגן נאָך דעם רוטאָג, פֿון דעם טאָג װאָס איר ברענגט די גאַרב פֿון אױפֿהײבונג; זיבן גאַנצע װאָכן זאָלן עס זײַן; 16 ביז אױף מאָרגן נאָך דער זיבעטער װאָך זאָלט איר אָפּצײלן פֿופֿציק טעג, און ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון דער נײַער תּבֿואה צו ה׳. 17 איר זאָלט ברענגען פֿון אײַערע װױנערטער צװײ ברױטן פֿאַר אַן אױפֿהײבונג; פֿון צװײ צענטל זעמלמעל זאָלן זײ זײַן, געזײַערט זאָלן זײ געבאַקט װערן, אַן ערשטגאָב צו ה׳. 18 און איר זאָלט ברענגען מיטן ברױט זיבן שעפּסן יאָריקע אָן אַ פֿעלער, און אײן יונגן אָקס, און צװײ װידערס; זײ זאָלן זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, מיט זײערע שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער – אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 19 און איר זאָלט מאַכן אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און צװײ שעפּסן יאָריקע פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער. 20 און דער כּהן זאָל זײ אױפֿהײבן מיט דעם ברױט פֿון דעם ערשטצײַטיקן, אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳, מיט די צװײ שעפּסן; הײליק זאָלן זײ זײַן צו ה׳, פֿאַרן כּהן. 21 און איר זאָלט מאַכן אַן אױסרופֿונג אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג; אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע זאָל זײַן בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. אַן אײביק געזעץ אין אַלע אײַערע װױנערטער אױף אײַערע דור-דורות.
22 און אַז איר שנײַדט דעם שניט פֿון אײַער לאַנד, זאָלסטו נישט דערענדיקן דעם עק פֿון דײַן פֿעלד בײַ דײַן שנײַדן, און דעם נאָכקלײַב פֿון דײַן שניט זאָלסטו נישט נאָכקלײַבן; פֿאַרן אָרעמאַן און פֿאַרן פֿרעמדן זאָלסטו זײ איבערלאָזן: איך בין ה׳ אלוקיכם.
23 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 24 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אין זיבעטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, זאָל זײַן בײַ אײַך אַ רואונג, אַ דערמאָנונג דורך שאַלונג, אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע. 25 קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן, און איר זאָלט ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.
26 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
27 אָבער אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חודש איז דער טאָג פֿון פֿאַרגעבונג; אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע זאָל זײַן בײַ אײַך, און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל, און ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.
28 און קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, װײַל אַ טאָג פֿון פֿאַרגעבונג איז דאָס, מכַפּר צו זײַן אױף אײַך פֿאַר ה׳ אלוקיכם. 29 װאָרעם יעטװעדער זעל װאָס װעט זיך נישט פּײַניקן אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק. 30 און יעטװעדער מענטש װאָס װעט טאָן עפּעס אַן אַרבעט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, יענע זעל װעל איך אונטערברענגען פֿון צװישן איר פֿאָלק. 31 קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות אין אַלע אײַערע װױנערטער. 32 אַ שבת פֿון רואונג איז עס פֿאַר אײַך; און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; אין נײַנטן טאָג פֿון חודש אין אָװנט, פֿון אָװנט ביז אָװנט, זאָלט איר האַלטן אײַער שבת.
33 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 34 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חודש איז דער יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת זיבן טעג צו ה׳. 35 אין ערשטן טאָג איז אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. 36 זיבן טעג זאָלט איר ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳; אױפֿן אַכטן טאָג זאָל אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע זײַן בײַ אײַך, און איר זאָלט ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳; אַ הײליקע אײַנזאַמלונג איז דאָס; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן.
37 דאָס זײַנען די יוֹם-טובֿים פֿון ה׳, װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן פֿאַר הײליקע פֿאַרזאַמלונגען, צו ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, אַ בראַנדאָפּפֿער, און אַ שפּײַזאָפּפֿער, אַ שלאַכטאָפּפֿער, און גיסאָפּפֿער; װאָס פֿאַר איטלעכן טאָג, אין זײַן טאָג. 38 אַחוץ די שבתים פֿון ה׳, און אַחוץ אײַערע גאָבן, און אַחוץ אַלע אײַערע נדרים, און אַחוץ אַלע אײַערע נדבֿות, װאָס איר װעט געבן צו ה׳.
39 אָבער אין דעם פֿופֿצנטן טאָג פֿון זיבעטן חודש, װען איר זאַמלט אײַן דעם אײַנטראָג פֿון לאַנד, זאָלט איר פֿײַערן דעם פֿײַערטאָג פֿון ה׳ זיבן טעג; אין ערשטן טאָג זאָל זײַן אַ רואונג, און אױפֿן אַכטן טאָג אַ רואונג. 40 און איר זאָלט אײַך נעמען אין ערשטן טאָג פֿרוכט פֿון אַ שײנעם בױם, טײטלבלעטער, און צװײַגן פֿון אַ געדיכטן בױם, און װערבעס פֿון טײַך, און איר זאָלט זיך פֿרײען פֿאַר ה׳ אלוקיכם זיבן טעג. 41 און איר זאָלט עס פֿײַערן אַ פֿײַערטאָג צו ה׳ זיבן טעג אין יאָר; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות; אין זיבעטן חודש זאָלט איר עס פֿײַערן. 42 אין סוכּוֹת זאָלט איר זיצן זיבן טעג; אַלע אײַנגעבאָרענע אין יִשׂרָאֵל זאָלן זיצן אין סוכּוֹת. 43 כּדי אײַערע דור-דורות זאָלן װיסן, אַז אין בײַדלעך האָב איך געמאַכט זיצן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װען איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם: איך בין ה׳ אלוקיכם.
44 און משה האָט אָנגעזאָגט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל די יוֹם-טובֿים פֿון ה׳.