1 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו די כּהנים, די זין פֿון אַהרֹנען, און זאָלסט זאָגן צו זײ: קײנער זאָל זיך נישט פֿאַראומרײניקן אָן אַ טױטן צװישן זײַן פֿאָלק; 2 סײַדן אָן זײַנעם אַ לײַב-קרוב װאָס איז נאָנט צו אים, אָן זײַן מוטער, און אָן זײַן פֿאָטער, און אָן זײַן זון, און אָן זײַן טאָכטער, און אָן זײַן ברודער; 3 און אָן זײַן שװעסטער אַ יונגפֿרױ, װאָס איז נאָנט צו אים, װאָס האָט נאָך נישט געהאַט אַ מאַן – אָן איר מעג ער זיך פֿאַראומרײניקן. 4 דער האַר צװישן זײַן פֿאָלק טאָר זיך נישט פֿאַראומרײניקן זיך צו פֿאַרשװעכן. 5 זײ זאָלן נישט מאַכן אַ פּליך אױף זײער קאָפּ, און די ברעגן פֿון זײער באָרד זאָלן זײ נישט אָפּגאָלן, און אױף זײער לײַב זאָלן זײ נישט אײַנשנײַדן אַן אײַנשנײַדונג. 6 הײליק זאָלן זײ זײַן צו זײער ג-ט, און זײ זאָלן נישט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון זײער ג-ט, װאָרעם די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳, די שפּײַז פֿון זײער ג-ט, זײַנען זײ מקריבֿ, דערום מוזן זײ זײַן הײליק.
7 אַ װײַב אַ זוֹנה אָדער אַ פֿאַרשװעכטע זאָלן זײ נישט נעמען, און אַ װײַב געגֶט פֿון איר מאַן זאָלן זײ נישט נעמען; װאָרעם ער איז הײליק צו זײַן ג-ט. 8 און זאָלסט אים האַלטן הײליק, װאָרעם די שפּײַז פֿון דײַן ג-ט איז ער מקריבֿ; הײליק זאָל ער דיר זײַן, װאָרעם הײליק בין איך ה׳, װאָס הײליק אײַך.
9 און די טאָכטער פֿון אַ מאַן אַ כּהן, אַז זי װעט זיך פֿאַרשװעכן מזַנה צו זײַן, פֿאַרשװעכט זי איר פֿאָטער; אין פֿײַער זאָל זי פֿאַרברענט װערן.
10 און דער כּהן װאָס איז דער גרעסטער פֿון זײַנע ברידער, װאָס אױף זײַן קאָפּ איז אַרױפֿגעגאָסן געװאָרן דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און מע האָט דערפֿילט זײַן האַנט אָנצוטאָן די קלײדער, זאָל נישט לאָזן פֿאַרװאַקסן זײַן קאָפּ, און נישט אײַנרײַסן זײַנע קלײדער; 11 און צו קײן לײַב פֿון אַ מת זאָל ער נישט צוגײן; אַפֿילו אָן זײַן פֿאָטער און אָן זײַן מוטער זאָל ער זיך נישט פֿאַראומרײניקן. 12 און פֿון מִקדָש זאָל ער נישט אַרױסגײן, און נישט פֿאַרשװעכן דאָס מִקדָש פֿון זײַן ג-ט, װאָרעם די קרױן פֿון דעם אײל פֿון ג-טס זאַלבונג איז אױף אים: איך בין ה׳. 13 און אַ װײַב אין איר יונגפֿרױשאַפֿט זאָל ער נעמען. 14 אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה, אָדער אַ פֿאַרשװעכטע, אַ זוֹנה, די דאָזיקע זאָל ער נישט נעמען; נאָר בלױז אַ יונגפֿרױ פֿון זײַן פֿאָלק זאָל ער נעמען פֿאַר אַ װײַב. 15 און ער זאָל נישט פֿאַרשװעכן זײַן זאָמען צװישן זײַן פֿאָלק, װאָרעם איך ה׳ הײליק אים.
16 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 17 רעד צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: איטלעכער פֿון דײַן זאָמען אױף זײערע דור-דורות, װאָס אין אים װעט זײַן אַ מום, זאָל נישט גענענען מקריבֿ צו זײַן די שפּײַז פֿון זײַן ג-ט. 18 װאָרעם איטלעכער מאַן װאָס אין אים איז דאָ אַ מום, טאָר נישט גענענען: אַ מאַן אַ בלינדער, אָדער אַ הינקעדיקער, אָדער מיט אַן אײַנגעפֿאַלענער נאָז, אָדער מיט אײן גליד צו לאַנג, 19 אָדער אַ מאַן װאָס בײַ אים װעט זײַן צעבראָכן אַ פֿוס, אָדער צעבראָכן אַ האַנט, 20 אָדער אַ הױקער, אָדער אַ קאַרליק, אָדער מיט אַ פֿלעק אױף זײַן אױג, אָדער מיט טרוקענע קרעץ, אָדער פֿײַכטע קרעץ, אָדער אַ געבריכטער. 21 איטלעכער מאַן פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרֹן דעם כּהן, װאָס אין אים איז דאָ אַ מום, זאָל נישט גענענען מקריבֿ צו זײַן די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳; אַ מום איז דאָ אין אים, טאָר ער נישט גענענען מקריבֿ צו זײַן די שפּײַז פֿון זײַן ג-ט. 22 די שפּײַז פֿון זײַן ג-ט, פֿון הײליקסטן הײליקן אַזױ װי פֿון הײליקן, מעג ער עסן. 23 אָבער צום פָּרוֹכֶת טאָר ער נישט קומען, און צום מזבח טאָר ער נישט גענענען, װײַל אַ מום איז דאָ אין אים; און ער זאָל נישט פֿאַרשװעכן מײַנע מִקדָש, װאָרעם איך ה׳ הײליק זײ.
24 און משה האָט דאָס גערעדט צו אַהרֹנען, און צו זײַנע זין, און צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.