Publicidade

Zacarias 14

1 זע, אַ טאָג קומט בײַ ה׳, און דײַן רױב װעט צעטײלט װערן אין דיר. 2 און איך װעל אײַנזאַמלען אַלע פֿעלקער קײן ירושָלַיִם אױף מלחמה; און די שטאָט װעט באַצװוּנגען װערן, און די הײַזער װעלן צערױבט װערן, און די װײַבער װעלן געשענדט װערן; און אַ האַלבע שטאָט װעט אין גלות אַװעק, אָבער דער רעשט פֿון דעם פֿאָלק װעט נישט פֿאַרשניטן װערן פֿון שטאָט. 3 און ה׳ װעט אַרױסגײן, און װעט מלחמה האַלטן מיט יענע פֿעלקער, װי בעת זײַן מלחמה האַלטן אין טאָג פֿון שטרײַט. 4 און זײַנע פֿיס װעלן שטײן אין יענעם טאָג אױפֿן הַר-הַזֵיתים, װאָס פֿאַר ירושָלַיִם פֿון מזרח, און דער הַר-הַזֵיתים װעט זיך שפּאַלטן איבער העלפֿט, צו מזרח און צו מערבֿ, אױף זײער אַ גרױסן טאָל; און אַ העלפֿט באַרג װעט זיך אַװעקרוקן קײן צפֿון, און אַ העלפֿט פֿון אים קײן דָרום. 5 און איר װעט אַנטלױפֿן צום טאָל פֿון די בערג, װאָרעם דער טאָל פֿון די בערג װעט גרײכן ביז אָצַל; און איר װעט לױפֿן װי איר זײַט געלאָפֿן פֿון דער ערדציטערניש אין די טעג פֿון עוּזִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה; און ה׳ מײַן ג-ט װעט קומען, און אַלע הײליקע מיט דיר.

6 און עס װעט זײַן: אין יענעם טאָג װעט נישט זײַן קײן ליכטיקײט, נײַערט אַ שװערקײט און פֿאַרגליװערטקײט. 7 און עס װעט זײַן אײן לאַנגער טאָג, װאָס װעט זײַן באַװוּסט װי ה׳ס טאָג, נישט טאָג און נישט נאַכט; אָבער עס װעט זײַן, צו אָװנטצײַט װעט װערן ליכטיק.

8 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן אַרױסגײן לעבעדיקע װאַסערן פֿון ירושָלַיִם, העלפֿט פֿון זײ צום פֿעדערשטן ים, און העלפֿט פֿון זײ צום הינטערשטן ים; אום זומער און אום װינטער װעט עס זײַן.

9 און ה׳ װעט זײַן צום מלך איבער דער גאַנצער ערד; אין יענעם טאָג װעט זײַן אײן ה׳, און זײַן נאָמען אײנער.

10 דאָס גאַנצע לאַנד װעט פֿאַרקערט װערן װי דער פּלױן, פֿון גֶבַֿע ביז רִמוֹן, אין דָרום פֿון ירושָלַיִם; און זי װעט זיצן דערהױבן אױף איר אָרט, פֿון דעם טױער פֿון בנימין ביז דעם אָרט פֿון ערשטן טױער, ביז דעם װינקלטױער, און פֿון דעם טורעם פֿון חַנַנאֵל ביז דעם מלכס קעלטערן. 11 און זײ װעלן זיצן דערין, און קײן פֿאַרװיסטונג װעט מער נישט זײַן, און ירושָלַיִם װעט זיצן אין זיכערקײט.

12 און דאָס װעט זײַן די פּלאָג װאָס ה׳ װעט פּלאָגן אַלע אומות װאָס זײַנען אַרױס אין קריג אױף ירושָלַיִם: זײער פֿלײש װעט צעקריכן װי זײ שטײען אױף זײערע פֿיס, און זײערע אױגן װעלן צעקריכן אין זײערע לעכער, און זײער צונג װעט צעקריכן אין זײער מױל.

13 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט װערן אױף זײ אַ גרױסע מהומה פֿון ה׳, און זײ װעלן אָנכאַפּן אײנער דעם אַנדערנס האַנט, און אײנעמס האַנט װעט זיך אױפֿהײבן קעגן אַנדערנס האַנט. 14 און אױך יהוּדה װעט מלחמה האַלטן אױף ירושָלַיִם; און אײַנגעזאַמלט װעט װערן דער פֿאַרמעג פֿון אַלע פֿעלקער רונד אַרום, גאָלד און זילבער און קלײדער זײער פֿיל. 15 און אַזױ אױך װעט זײַן די פּלאָג פֿונעם פֿערד, פֿונעם מױלאײזל, פֿונעם קעמל, און פֿונעם אײזל, און פֿון איטלעכער בהמה װאָס װעט זײַן אין יענע מחנות – אַזױ װי די דאָזיקע פּלאָג.

16 און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס איז געבליבן פֿון אַלע פֿעלקער װאָס זײַנען געקומען אױף ירושָלַיִם, װעט אַרױפֿגײן יאָר פֿאַר יאָר זיך צו בוקן צו דעם קיניג, ה׳ צבָֿאוֹת, און צו האַלטן דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת. 17 און עס װעט זײַן, װער פֿון די משפּחות פֿון דער ערד עס װעט נישט אַרױפֿגײן קײן ירושָלַיִם זיך צו בוקן צו דעם קיניג, ה׳ צבָֿאוֹת, װעט אױף זײ נישט זײַן קײן רעגן; 18 און אױב די משפּחה פֿון מִצרַיִם װעט נישט אַרױפֿגײן, און קומט נישט, װעט אױף זײ װעלן נישט באַקומען קײן רעגן; דאָס װעט זײַן די פּלאָג װאָס ה׳ װעט פּלאָגן די פֿעלקער װאָס װעלן נישט אַרױפֿגײן צו האַלטן דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת. 19 דאָס װעט זײַן די שטראָף פֿון מִצרַיִם, און די שטראָף פֿון אַלע פֿעלקער װאָס װעלן נישט אַרױפֿגײן צו האַלטן דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת.

20 אין יענעם טאָג װעט אױף די גלעקלעך פֿון די פֿערד שטײן הײליק צו ג-ט; און די טעפּ אין ה׳ס הױז װעלן זײַן אַזױ װי די שפּרענגבעקנס װאָס פֿאַרן מזבח. 21 און יעטװעדער טאָפּ אין ירושָלַיִם און אין יהוּדה װעט זײַן הײליק צו ה׳ צבָֿאוֹת, און אַלע װאָס ברענגען אַ שלאַכטאָפּפֿער װעלן קומען און נעמען פֿון זײ, און קאָכן אין זײ; און עס װעט מער נישט זײַן קײן הענדלער אין הױז פֿון ה׳ צבָֿאוֹת אין יענעם טאָג.

Veja também

Publicidade
Zacarias
Ver todos os capítulos de Zacarias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-