1 אין אַכטן חודש, אין צװײטן יאָר פֿון דָריָוֶשן, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו זכַריָה, דעם זון פֿון ברֶכיָה, דעם זון פֿון עִדוֹן, דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: 2 ה׳ האָט געצערנט אױף אײַערע עלטערן אַ צערענונג. 3 דערום זאָלסטו זאָגן צו זײ:
אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
קערט אײַך אום צו מיר, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
און איך װעל זיך אומקערן צו אײַך,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
4 איר זאָלט נישט זײַן אַזױ װי אײַערע עלטערן,
װאָס די פֿריִערדיקע נבֿיאים האָבן צו זײ גערופֿן,
אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
קערט אײַך אום פֿון אײַערע שלעכטע װעגן
און אײַערע שלעכטע מעשׂים.
און זײ האָבן נישט געהערט
און נישט צוגעהאָרכט צו מיר, זאָגט ה׳.
5 אײַערע עלטערן, װוּ זײַנען זײ?
און די נבֿיאים, לעבן זײ דען אײביק!
6 אָבער מײַנע װערטער און מײַנע משפּטים
װאָס איך האָב אָנגעזאָגט מײַנע קנעכט די נבֿיאים,
פֿאַר װאָר, זײ זײַנען אָנגעקומען אײַערע עלטערן,
און זײ האָבן תּשובֿה געטאָן, און האָבן געזאָגט:
אַזױ װי ה׳ צבָֿאוֹת האָט געטראַכט צו טאָן צו אונדז,
לױט אונדזערע װעגן און לױט אונדזערע מעשׂים,
אַזױ האָט ער מיט אונדז געטאָן.
7 אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון עלפֿטן חודש, דאָס איז חודש שבֿט, אין צװײטן יאָר פֿון דָריָוֶשן, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו זכַריָה, דעם זון פֿון ברֶכיָהו, דעם זון פֿון עִדוֹאן, דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן:
8 איך האָב געזען בײַ נאַכט, ערשט אַ מאַן רײַט אױף אַ רױטן פֿערד, און ער שטײט צװישן די מירטן װאָס אין דער טיפֿעניש, און הינטער אים זײַנען געװען רױטע, געלרױטע, און װײַסע פֿערד. 9 האָב איך געזאָגט: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר? האָט צו מיר געזאָגט דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: איך װעל דיר װײַזן װאָס די דאָזיקע זײַנען. 10 און דער מאַן װאָס איז געשטאַנען צװישן די מירטן, האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: דאָס זײַנען די װאָס ה׳ האָט געשיקט אַרומצוגײן אױף דער ערד. 11 און זײ האָבן זיך אָפּגערופֿן צו דעם מלאך פֿון ה׳ װאָס איז געשטאַנען צװישן די מירטן, און האָבן געזאָגט: מיר זײַנען אַרומגעגאַנגען אױף דער ערד, ערשט די גאַנצע ערד זיצט רואיק. 12 האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלאך פֿון ה׳ און האָט געזאָגט: ה׳ צבָֿאוֹת, ביז װאַנען װעסטו זיך נישט דערבאַרעמען אױף ירושָלַיִם, און אױף די שטעט פֿון יהוּדה, װאָס דו האָסט שױן זיבעציק יאָר צערענען? 13 און ה׳ האָט געענטפֿערט דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, גוטע װערטער, טרײסטװערטער. 14 און דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, האָט געזאָגט צו מיר: רוף אױס אַזױ צו זאָגן:
אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
איך בין מקנא פֿאַר ירושָלַיִם
און װעגן צִיוֹן מיט אַ גרױס קִנְאָה.
15 און אַ גרױס צאָרן צערן איך אױף די רואיקע פֿעלקער,
װאָרעם איך האָב בלױז געצערנט אַ ביסל,
און זײ האָבן אונטערגעהאָלפֿן צום בײזן.
16 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:
איך קער זיך אום צו ירושָלַיִם מיט דערבאַרעמונג;
מײַן הױז װעט געבױט װערן אין איר,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
און אַ בױשנור װעט געצױגן װערן אױף ירושָלַיִם.
17 װײַטער רוף אױס אַזױ צו זאָגן:
אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
מײַנע שטעט װעלן װידער איבערפֿלײצן מיט גוטס,
און ה׳ װעט נאָך טרײסטן צִיוֹן,
און װעט װידער אױסדערװײלן ירושָלַיִם.