Publicidade

Zacarias 2

1 און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט פֿיר הערנער. 2 האָב איך געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: װאָס זײַנען די דאָזיקע? האָט ער צו מיר געזאָגט: דאָס זײַנען די הערנער װאָס האָבן צעשפּרײט יהוּדה, יִשׂרָאֵל, און ירושָלַיִם.

3 און ה׳ האָט מיר געװיזן פֿיר מײַנסטערס. 4 האָב איך געזאָגט: װאָס קומען די דאָזיקע טאָן? האָט ער געזאָגט אַזױ צו זאָגן: יענע זײַנען די הערנער װאָס האָבן צעשפּרײט יהוּדה, אַזױ אַז קײנער האָט נישט געקענט אױפֿהײבן אַ קאָפּ, און די דאָזיקע זײַנען געקומען אױף זײ אַ שרעק אָנצוּװאַרפֿן, אָפּצוהאַקן די הערנער פֿון די פֿעלקער װאָס האָבן אױפֿגעהױבן דעם האָרן קעגן לאַנד יהוּדה, כּדי עס צו צעשפּרײטן.

5 און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט אַ מאַן, און אין זײַן האַנט אַ מעסטשנור. 6 האָב איך געזאָגט: װוּהין גײסטו? האָט ער צו מיר געזאָגט: צו מעסטן ירושָלַיִם, כּדי צו זען װיפֿל איז איר ברײט, און װיפֿל איר לענג. 7 ערשט דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט איז אַרױסגעגאַנגען, און אַן אַנדער מלאך איז אַרױסגעגאַנגען אים אַנטקעגן. 8 און ער האָט געזאָגט: לױף זאָג צו יענעם יונגמאַן אַזױ צו זאָגן:

אָפֿן אָן װענט װעט ירושָלַיִם זײַן באַזעצט,

פֿון פֿיל מענטשן און בהמות אין איר.

9 און איך װעל איר זײַן, זאָגט ה׳,

אַ מױער פֿון פֿײַער רונד אַרום,

און פֿאַר אַ כּבֿוד װעל איך זײַן אין איר מיט.

10 העי, העי! און אַנטלױפֿט

פֿון דעם לאַנד פֿון צפֿון, זאָגט ה׳,

װאָרעם אַזױ װי די פֿיר װינטן פֿון הימל

האָב איך אײַך צעשפּרײט, זאָגט ה׳.

11 העי צִיוֹן, אַנטרין,

דו װאָס װױנסט בײַ טאָכטער בָבֿל.

12 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:

נאָך דעם כּבֿוד האָט ער מיך געשיקט

צו די פֿעלקער װאָס באַרױבן אײַך:

פֿאַר װאָר, דער װאָס רירט אײַך אָן

רירט אָן דעם שװאַרצאַפּל פֿון זײַן אױג.

13 װאָרעם זע, איך פֿאָך מײַן האַנט אױף זײ,

און זײ װעלן װערן אַ רױב צו די װאָס האָבן זײ געדינט,

און איר װעט װיסן אַז ה׳ צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט.

14 זינג און פֿרײ זיך, טאָכטער צִיוֹן,

װאָרעם זע, איך קום,

און װעל רוען צװישן דיר, זאָגט ה׳.

15 און פֿיל פֿעלקער װעלן זיך באַהעפֿטן אָן ג-ט אין יענעם טאָג,

און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק,

און איך װעל רוען אין דײַן מיט;

און װעסט װיסן אַז ה׳ צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט צו דיר.

16 און ה׳ װעט אַרבן יהוּדה פֿאַר זײַן חלק,

אױף דער הײליקער ערד,

און װעט װידער אױסדערװײלן ירושָלַיִם.

17 שטיל יעטװעדער לײַב פֿאַר ה׳,

װאָרעם ער װעקט זיך פֿון זײַן הײליקער װױנונג.

Veja também

Publicidade
Zacarias
Ver todos os capítulos de Zacarias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-