Publicidade

Zacarias 11

1 עפֿן, לבֿנוֹן, דײַנע טירן,

און זאָל אַ פֿײַער פֿאַרצערן דײַנע צעדערן;

2 יאָמער, ציפּרעס, װאָרעם דער צעדער איז געפֿאַלן,

װײַל די מאַכטיקע זײַנען פֿאַרװיסט געװאָרן;

יאָמערט, אײכנבײמער פֿון בָשָן,

װאָרעם דער פֿעסטער װאַלד איז גענידערט.

3 האָרך! אַ יללה פֿון די פּאַסטוכער,

װאָרעם פֿאַרװיסט געװאָרן איז זײער פּראַכט.

האָרך! אַ געבריל פֿון יונגלײבן,

װאָרעם פֿאַרװיסט געװאָרן איז דאָס געװעלד פֿון יַרדן.

4 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ מײַן ג-ט: פֿיטער די שאָף פֿון טײטונג, 5 װאָס זײערע קױפֿער טײטן זײ, און װערן נישט שולדיק, און זײערע פֿאַרקױפֿער זאָגן: ברוך ה׳, װאָרעם איך װער רײַך; און זײערע פּאַסטוכער דערבאַרעמען זיך נישט אױף זײ. 6 װאָרעם איך װעל זיך נישט מער דערבאַרעמען אױף די באַװױנער פֿון לאַנד, זאָגט ה׳, און זע, איך ענטפֿער איבער דעם מענטשן, איטלעכן אין דער האַנט פֿון זײַן חבֿר, און אין דער האַנט פֿון זײַן מלך, און זײ װעלן צעשטױסן דאָס לאַנד, און איך װעל נישט מציל זײַן פֿון זײער האַנט.

7 און איך האָב געפֿיטערט די שאָף פֿון טײטונג, פֿאַר װאָר, די אָרימסטע פֿון די שאָף, און איך האָב מיר גענומען צװײ שטעקנס, אײנעם האָב איך גערופֿן חֵן, און אײנעם האָב איך גערופֿן פֿאַרבינדונג, און איך האָב געפֿיטערט די שאָף. 8 און איך האָב פֿאַרטיליקט די דרײַ פּאַסטוכער אין אײן חודש. און מײַן זעל איז געװאָרן אומגעדולדיק מיט זײ, און אױך זײער זעל האָט זיך געעקלט מיט מיר. 9 און איך האָב געזאָגט:

איך װעל אײַך נישט פֿיטערן;

די װאָס שטאַרבט, זאָל שטאַרבן,

און די װאָס װערט פֿאַרטיליקט, זאָל פֿאַרטיליקט װערן,

און די איבעריקע זאָלן עסן אײנע דער אַנדערנס פֿלײש.

10 און איך האָב גענומען מײַן שטעקן חֵן, און האָב אים צעהאַקט, כּדי צו פֿאַרשטערן מײַן ברית װאָס איך האָב געשלאָסן מיט אַלע פֿעלקער. 11 און ער איז פֿאַרשטערט געװאָרן אין יענעם טאָג, און די אָרימסטע פֿון שאָף װאָס האָבן זיך געהאַלטן אָן מיר, האָבן געװוּסט זיכער אַז דאָס איז דאָס װאָרט פֿון ה׳. 12 און איך האָב צו זײ געזאָגט: אױב עס איז גוט אין אײַערע אױגן, גיט מיר מײַן לױן, און אױב נישט, פֿאַרמײַדט אײַך. האָבן זײ אָפּגעװױגן מײַן לױן דרײַסיק זילבערשטיק. 13 האָט ג-ט געזאָגט צו מיר: װאַרף אים אַרײַן אין דער שאַצקאַמער, דעם שײנעם װערט װאָס איך בין װערט בײַ זײ. און איך האָב גענומען די דרײַסיק זילבערשטיק, און האָב עס אַרײַנגעװאָרפֿן אין הױז פֿון ה׳, אין דער שאַצקאַמער. 14 און איך האָב צעהאַקט מײַן צװײטן שטעקן, פֿאַרבינדונג, כּדי צו פֿאַרשטערן די ברידערשאַפֿט צװישן יהוּדה און צװישן יִשׂרָאֵל.

15 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: נעם דיר נאָך די כּלים פֿון אַ נאַרישן פּאַסטוך. 16 װאָרעם זע, איך שטעל אױף אַ פּאַסטוך אין לאַנד, װאָס אום די פֿאַרטיליקטע װעט ער זיך נישט קימערן; די יונגע װעט ער נישט אױפֿזוכן, און די צעבראָכענע װעט ער נישט הײלן, די געזונטע װעט ער נישט שפּײַזן, און דאָס פֿלײש פֿון דער פֿעטער װעט ער אױפֿעסן, און זײערע קלױען װעט ער צעקנאַקן.

17 װײ צו דעם נישטיקן פּאַסטוך,

װאָס פֿאַרלאָזט די שאָף!

אַ שװערד אױף זײַן אָרעם,

און אױף זײַן רעכטן אױג!

זײַן אָרעם זאָל דאַרן אײַנגעדאַרט װערן,

און זײַן רעכט אױג זאָל טונקל פֿאַרטונקלט װערן!

Veja também

Publicidade
Zacarias
Ver todos os capítulos de Zacarias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-