Publicidade

Zacarias 9

1 די נבֿואה פֿון ה׳ס װאָרט:

אין לאַנד חדרָך און דַמֶשֶׂק

װעט זײַן זײַן לאַגערונג –

װאָרעם צו ג-ט איז דאָס אױג פֿון מענטשן,

װי פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל –

2 און אױך אין חַמָת װאָס גרענעצט זיך דערמיט,

און אין צוֹר און צידון װי זײער קלוג זי איז.

3 און צוֹר האָט זיך אַ פֿעסטונג געבױט,

און אָנגעקליבן זילבער װי שטױב,

און גינגאָלד װי קױט פֿון די גאַסן.

4 זע, אֲדֹנָי װעט זי פֿאַראָרימען,

און ער װעט שלײַדערן אין ים איר מאַכט,

און זי װעט אין פֿײַער פֿאַרצערט װערן.

5 אַשקלוֹן װעט זען און װעט מורא האָבן,

און עַזָה – און זי װעט ציטערן זײער,

און עֶקרוֹן – װײַל צו שאַנד געװאָרן איז איר אױסקוק;

און אונטערגײן װעט אַ מלך פֿון עַזָה,

און אַשקלוֹן װעט זײַן נישט באַװױנט.

6 און אַ ממזר-פֿאָלק װעט זיצן אין אַשדוֹד,

און איך װעל פֿאַרשנײַדן דעם שטאָלץ פֿון די פּלִשתּים.

7 און איך װעל אָפּטאָן זײַן בלוט פֿון זײַן מױל,

און זײַנע אומװערדיקײטן פֿון צװישן זײַנע צײן,

און ער אױך װעט בלײַבן בײַ אלוקינו;

און ער װעט זײַן װי אַ פֿירשט אין יהוּדה,

און עֶקרוֹן װעט זײַן װי דער יבֿוסי.

8 און איך װעל לאַגערן אַרום מײַן הױז אַקעגן חיל,

אַקעגן גײער און אַקעגן קומער,

און מער װעט נישט דורכגײן דורך זײ קײן דריקער;

װאָרעם אַצונד האָב איך געזען מיט מײַנע אױגן.

9 פֿרײ זיך זײער, טאָכטער צִיוֹן,

שאַל, טאָכטער ירושָלַיִם,

זע, דײַן מלך װעט קומען צו דיר,

אַ גערעכטער און אַ זיגער איז ער;

אַן ענװ, און רײַט אױף אַן אײזל,

אױף אַ יונגן זון פֿון אַן אײזעלין.

10 און איך װעל פֿאַרשנײַדן אַ רײַטװאָגן פֿון אפֿרים,

און אַ פֿערד פֿון ירושָלַיִם,

און פֿאַרשניטן װעט װערן דער בױגן פֿון מלחמה;

און ער װעט רעדן שלום צו די פֿעלקער,

און זײַן געװעלטיקונג װעט זײַן פֿון ים ביז ים,

און פֿון טײַך ביז די עקן פֿון דער ערד.

11 יאָ דו – פֿאַר דעם בלוט פֿון דײַן ברית,

לאָז איך אַרױס דײַנע געפֿאַנגענע

פֿון דער גרוב אָן װאַסער דרינען.

12 קערט אײַך אום צו באַפֿעסטיקײט,

איר געפֿאַנגענע פֿון האָפֿענונג;

נאָך הײַנט זאָג איך אָן:

טאָפּל װעל איך דיר אומקערן.

13 װאָרעם איך שפּאַן מיר אָן יהוּדה,

װי אַ בױגן צי איך אָן אפֿרים,

און איך װעל דערװעקן דײַנע קינדער, צִיוֹן,

אױף דײַנע קינדער, יָוָן,

און איך װעל דיך מאַכן װי די שװערד פֿון אַ גיבור.

14 און ה׳ װעט זיך באַװײַזן איבער זײ,

און אַרױסגײן װי אַ בליץ װעט זײַן פֿײַל;

און אֲדֹנָי ה׳ װעט בלאָזן אין שופֿר,

און װעט קומען מיט שטורעמס פֿון דָרום.

15 ה׳ צבָֿאוֹת װעט זײ באַשירעמען,

און זײ װעלן פֿאַרצערן, און צעטרעטן די שלײַדער-שטײנער,

און זײ װעלן טרינקען און טומלען װי פֿון װײַן,

און זײ װעלן פֿול זײַן װי די בעקנס,

װי די װינקלען פֿון מזבח.

16 און ה׳ זײער ג-ט װעט זײ העלפֿן אין יענעם טאָג,

װי שאָף – זײַן פֿאָלק;

װאָרעם װי קרױנשטײנער גלאַנציקע

װעלן זײ זײַן אױף זײַן ערד.

17 פֿאַר װאָר, װאָס פֿאַר אַ װױלקײט װעט זײַן זײערס!

און װאָס פֿאַר אַ שײנקײט װעט זײַן זײערס!

װי קאָרן די בחורים,

װי װײַן װאָס טוט ייִרן די יונגפֿרױען.

Veja também

Publicidade
Zacarias
Ver todos os capítulos de Zacarias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-