1 בעט בײַ ה׳ רעגן אין דער צײַט פֿון שפּעטרעגן,
בײַ ה׳ װאָס מאַכט בליצן;
און ער װעט זײ געבן אַ גוסרעגן,
איטלעכן – גראָז אױפֿן פֿעלד.
2 װאָרעם די תּרָפֿים האָבן גערעדט נישטיקײט,
און די װאָרזאָגער האָבן געזען ליגן,
און די חלומות רעדן פֿאַלש,
נישטיק טוען זײ טרײסטן.
דערום האָבן זײ אומגעװאַנדערט אַזױ װי שאָף,
זײ פּלאָגן זיך, װײַל קײן פּאַסטוך איז נישטאָ.
3 אױף די פּאַסטוכער גרימט מײַן צאָרן,
און מיט די בעק װעל איך זיך אָפּרעכענען;
װאָרעם ה׳ צבָֿאוֹת האָט געדאַכט אָן זײַן סטאַדע,
דעם הױז פֿון יהוּדה,
און מאַכט זײ װי זײַן פּראַכטפֿערד אין מלחמה.
4 פֿון אים דער װינקלשטײן,
פֿון אים דאָס פֿלעקל,
פֿון אים דער בױגן פֿון מלחמה,
פֿון אים װעט אַרױסגײן יעטװעדער געװעלטיקער באַגלײַך.
5 און זײ װעלן זײַן װי גיבוֹרים
װאָס טרעטן דעם קױט פֿון די גאַסן אין מלחמה,
און זײ װעלן בײַקומען, װאָרעם ה׳ װעט זײַן מיט זײ,
און די רײַטער אױף פֿערד װעלן פֿאַרשעמט װערן.
6 און איך װעל שטאַרקן דאָס הױז פֿון יהוּדה,
און דאָס הױז פֿון יוֹסף װעל איך העלפֿן,
און איך װעל זײ אומקערן, װאָרעם איך טו זײ דערבאַרעמען;
און זײ װעלן זײַן װי איך װאָלט זײ קײן מאָל נישט פֿאַרלאָזט,
װאָרעם איך בין ה׳ זײער ג-ט, און װעל זײ ענטפֿערן.
7 און אפֿרים װעט זײַן װי אַ גיבור,
און זײער האַרץ װעט זײַן פֿרײלעך װי פֿון װײַן;
און זײערע זין װעלן זען און זיך פֿרײען,
זײער האַרץ װעט זײַן לוסטיק מיט ה׳.
8 איך װעל שמוצערן צו זײ, און װעל זײ אײַנזאַמלען,
װאָרעם איך טו זײ אױסלײזן;
און זײ װעלן זיך מערן װי זײ האָבן זיך געמערט.
9 יאָ, איך װעל זײ צעזײען צװישן די פֿעלקער,
אָבער אין די װײַטענישן װעלן זײ מיך דערמאָנען,
און זײ װעלן דערלעבן מיט זײערע קינדער,
און װעלן זיך אומקערן.
10 און איך װעל זײ אומקערן פֿון לאַנד מִצרַיִם,
און פֿון אשור װעל איך זײ אײַנזאַמלען;
און קײן לאַנד גִלעָד און לבֿנוֹן װעל איך זײ ברענגען,
און עס װעט זײ נישט קלעקן.
11 און אַן אַנגסט װעט אַריבערגײן איבערן ים,
און ער װעט שלאָגן װעלן אױפֿן ים,
און אױסגעטריקנט װעלן װערן אַלע טיפֿענישן פֿון נילוס,
און גענידערט װעט װערן דער שטאָלץ פֿון אשור,
און דער צעפּטער פֿון מִצרַיִם װעט אָפּגעטאָן װערן.
12 און איך װעל זײ שטאַרקן מיט ה׳,
און אין זײַן נאָמען װעלן זײ גײן, זאָגט ה׳.