Publicidade

Jó 2

1 און עס איז געװען דער טאָג װען די זין פֿון אלֹקים זײַנען געקומען זיך שטעלן פֿאַר ה׳, און אױך דער שׂטן איז געקומען צװישן זײ, זיך צו שטעלן פֿאַר ה׳. 2 האָט ה׳ געזאָגט צום שׂטן: פֿון װאַנען קומסטו? האָט דער שׂטן געענטפֿערט ה׳, און האָט געזאָגט: פֿון װאַנדערן איבער דער ערד און פֿון אַרומגײן אױף איר. 3 האָט ה׳ געזאָגט צום שׂטן: האָסטו אַכט געטאָן אױף מײַן קנעכט אִיובֿן, אַז עס איז נישטאָ אַזאַ װי ער אױף דער ערד, אַ מאַן ערלעך און רעכטפֿאַרטיק, ירא אלֹקים, און אָפּגעקערט פֿון שלעכטס? און ער האַלט זיך נאָך אַלץ בײַ זײַן פֿרומקײט; און דו האָסט מיך אָנגערעדט אױף אים, אים אומצוברענגען אומזיסט. 4 האָט דער שׂטן געענטפֿערט ה׳, און האָט געזאָגט: הױט פֿאַר הױט, און אַלץ װאָס אַ מענטש האָט, װעט ער אַװעקגעבן פֿאַר זײַן נפֿש. 5 אָבער שטרעק אַקאָרשט אױס דײַן האַנט, און ריר אָן זײַן בײן און זײַן פֿלײש, אױב ער װעט נישט אין דײַן פּנים דיך לעסטערן. 6 האָט ה׳ געזאָגט צום שׂטן: אָט איז ער אין דײַן האַנט, נאָר זײַן נפֿש היט.

7 איז דער שׂטן אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳, און ער האָט געפּלאָגט אִיובֿן מיט אַ בײזן אױסשלאָג פֿון זײַן פֿוסטריט ביז זײַן שאַרבן. 8 האָט ער זיך גענומען אַ שערבל זיך צו קראַצן דערמיט; און ער איז געזעסן אין אַש. 9 האָט זײַן װײַב צו אים געזאָגט: האַלטסט זיך נאָך אַלץ בײַ דײַן פֿרומקײט? לעסטער אלֹקים, און שטאַרב. 10 האָט ער צו איר געזאָגט: אַזױ װי עס רעדט אײנע פֿון די נידערטרעכטיקע רעדסטו. זאָלן מיר דאָס גוטע יאָ אָננעמען פֿון אלֹקים, און דאָס שלעכטע זאָלן מיר נישט אָננעמען? בײַ אַלעם דעם האָט אִיובֿ נישט געזינדיקט מיט זײַנע ליפּן.

11 און אִיובֿס דרײַ גוטע פֿרײַנט האָבן געהערט פֿון אַל דעם דאָזיקן בײז װאָס איז געקומען אױף אים, און זײ זײַנען געקומען איטלעכער פֿון זײַן אָרט, אֶליפַֿז דער תֵּימָני, און בִלדַד דער שוחי, און צופֿר דער נַעַמָתי; און זײ האָבן אָפּגערעדט אין אײנעם צו גײן אים באַדױערן און אים טרײסטן. 12 און אַז זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן פֿון דער װײַטן, האָבן זײ אים נישט דערקענט, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער קֹול און האָבן געװײנט; און זײ האָבן איטלעכער צעריסן זײַן מאַנטל, און געװאָרפֿן שטױב איבער זײערע קעפּ צום הימל. 13 און זײ זײַנען געזעסן מיט אים אױף דער ערד זיבן טעג און זיבן נעכט, און קײנער האָט נישט גערעדט צו אים אַ װאָרט, װאָרעם זײ האָבן געזען אַז דער װײטאָג איז זײער גרױס.

14 דערנאָך האָט אִיובֿ געעפֿנט זײַן מױל, און האָט געשאָלטן זײַן טאָג.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-