Publicidade

Jó 5

1 רוף אַקאָרשט, אױב איז דאָ װער זאָל דיר ענטפֿערן?

און צו װעמען פֿון די הײליקע װעסטו זיך קערן?

2 װאָרעם דעם נאַרן הרגעט דער כּעס,

און דעם נישט קלוגן טײט די קנאה.

3 זע איך אַ נאַרן אײַנגעװאָרצלט,

רוף איך תּיכּף זײַן װױנונג פֿאַרשאָלטן.

4 זײַנע קינדער װעלן װײַט זײַן פֿון הילף,

און זײ װעלן צעדריקט װערן אין טױער,

און קײנער װעט נישט מציל זײַן.

5 װאָרעם זײַן שניט װעט דער הונגעריקער אױפֿעסן,

און ביז פֿון די דערנער װעט ער עס אַװעקנעמען;

און אײַנשלינגען װעט די נעץ זײער פֿאַרמעג.

6 פֿאַר װאָר, נישט פֿון שטױב קומט אַרױס אומגליק,

און נישט פֿון דער ערד שפּראָצט מאַטערניש.

7 נײַערט אַ מענטש איז צו מאַטערניש געבאָרן;

אַזױ װי פֿונקען פֿליִען אַרױף.

8 אָבער איך װאָלט געזוכט אֵל,

און צו אלֹקים װאָלט איך געשטעלט מײַן טענה;

9 דער װאָס טוט גרױסע זאַכן נישט צו דערפֿאָרשן,

װוּנדער אַזש אָן אַ צאָל;

10 דער װאָס גיט רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד,

און שיקט װאַסער אױפֿן געזיכט פֿון די פֿעלדער;

11 ער שטעלט די נידעריקע אין דער הײך,

און די פֿינצטערע װערן דערהױבן דורך הילף.

12 ער פֿאַרשטערט די מחשבֿות פֿון די ליסטיקע,

אַז זײערע הענט זאָלן נישט אױפֿטאָן ממשות.

13 ער פֿאַנגט קלוגע אין זײער ליסטיקײט,

און די עצה פֿון די פֿאַרשפּיצטע װערט צעטומלט.

14 בײַ טאָג באַגעגענען זײ פֿינצטערניש,

און אַזױ װי בײַ נאַכט טאַפּן זײ אין מיטן טאָג.

15 און ער העלפֿט פֿון דער שװערד – פֿון זײער מױל,

און פֿון דעם שטאַרקנס האַנט דעם אבֿיון.

16 און דער אָרעמאַן קריגט האָפֿענונג,

און אומגערעכטיקײט מאַכט צו איר מױל.

17 זע, װױל איז דעם מענטשן װאָס אֱלוֹהַּ שטראָפֿט אים,

און דעם מוסר פֿון שַדַי זאָלסטו נישט פֿאַראַכטן.

18 װאָרעם ער מאַכט װײ טאָן, און ער פֿאַרבינדט,

ער פֿאַרװוּנדט, און זײַנע הענט טאָן עס װידער הײלן.

19 אין זעקס צרות װעט ער דיך מציל זײַן,

און אין זיבן װעט דיך נישט אָנרירן קײן בײז.

20 אין הונגער װעט ער דיך אױסלײזן פֿון טױט,

און אין מלחמה פֿון דער מאַכט פֿון שװערד.

21 פֿאַר דער רוט פֿון דער צונג װעסטו זײַן פֿאַרבאָרגן,

און װעסט נישט מורא האָבן פֿאַר פֿאַרװיסטונג, אַז זי קומט.

22 פֿון פֿאַרװיסטונג און פֿון הונגער װעסטו לאַכן,

און פֿאַר די חיות פֿון דער ערד װעסטו נישט מורא האָבן.

23 װאָרעם מיט די שטײנער פֿון פֿעלד װעט זײַן דײַן ברית,

און די חיה פֿון פֿעלד װעט זײַן שלום מיט דיר.

24 און װעסט װיסן אַז דײַן געצעלט איז בשלום,

און װעסט נאָכזען דײַן װױנונג, און בײַ דיר װעט נישט פֿעלן.

25 און װעסט װיסן אַז דײַן זאָמען װעט זײַן פֿיל,

און דײַנע שפּראָצונגען װי גראָז פֿון דער ערד.

26 װעסט קומען אין פֿולער עלטער צום קבֿר,

װי אַ שײן תּבֿואה קומט אַרײַן אין זײַן צײַט.

27 זע, דאָס האָבן מיר אױסגעפֿאָרשט, אַזױ איז דאָס,

הער עס צו, און דו מערק דיר.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-