Publicidade

Jó 32

1 און די דאָזיקע דרײַ מענער האָבן אױפֿגעהערט ענטפֿערן אִיובֿן, װײַל ער איז געװען גערעכט אין זײַנע אױגן.

2 האָט געגרימט דער צאָרן פֿון אֶליהוא דעם זון פֿון בַרַכאֵל דעם בוזי פֿון דער משפּחה רָם; אױף אִיובֿן האָט געגרימט זײַן צאָרן פֿאַר װאָס ער מאַכט זיך גערעכטער פֿון אלֹקים, 3 און אױף זײַנע דרײַ גוטע פֿרײַנט האָט געגרימט זײַן צאָרן פֿאַר װאָס זײ האָבן נישט געפֿונען אַן ענטפֿער, פֿון דעסט װעגן האָבן זײ באַשולדיקט אִיובֿן. 4 און אֶליהוא האָט אָפּגעװאַרט מיט רײד אַקעגן אִיובֿן, װײַל זײ זײַנען געװען עלטער פֿון אים אין טעג. 5 אָבער אַז אֶליהוא האָט געזען אַז קײן ענטפֿער איז נישטאָ אין מױל פֿון די דרײַ מענער האָט געגרימט זײַן צאָרן.

6 און אֶליהוא דער זון פֿון בַרַכאֵל דעם בוזי האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:

ייִנגער בין איך פֿון אײַך אין טעג,

און איר זײַט גרײַזן,

דערום האָב איך מיך געשײַט און מורא געהאַט

אײַך אַרױסזאָגן מײַן געדאַנק.

7 איך האָב געזאָגט: טעג זאָלן רעדן,

און פֿיל יאָרן זאָלן מאַכן װיסן חכמה.

8 אָבער עס איז רוּחַ אין מענטשן,

און דער אָטעם פֿון שַדַי װאָס מאַכט זײ פֿאַרשטאַנדיק.

9 נישט די גרױסע זײַנען חכמים,

און נישט די זקנים פֿאַרשטײען װאָס איז גערעכט.

10 דערום זאָג איך: הער מיר צו,

לאָמיך אױך אַרױסזאָגן מײַן געדאַנק.

11 זעט, איך האָב אָפּגעװאַרט אױף אײַערע רײד,

איך האָב צוגעהאָרכט צו אײַערע חָכמות,

בעת איר האָט געזוכט װערטער.

12 אָבער איך האָב זיך צוגעקוקט צו אײַך,

ערשט נישטאָ װער זאָל באַװײַזן אִיובֿן,

װער זאָל ענטפֿערן זײַנע װערטער, פֿון אײַך.

13 אפֿשר װעט איר זאָגן: מיר האָבן אָנגעטראָפֿן חכמה,

אֵל קען אים אָפּשלאָגן, נישט אַ מענטש;

14 אָבער נישט ער האָט אָנגעריכט צו מיר די װערטער,

און נישט מיט אײַערע רײד װעל איך אים ענטפֿערן.

15 זײ זײַנען דערשראָקן, זײ ענטפֿערן מער נישט,

אָפּגענומען זײַנען די װערטער פֿון זײ.

16 און איך זאָל װאַרטן, װײַל זײ רעדן נישט,

װײַל זײ שטײען און ענטפֿערן מער נישט?

17 איך אױך װעל ענטפֿערן מײַן חלק,

איך אױך װעל אַרױסזאָגן מײַן געדאַנק.

18 װאָרעם איך בין פֿול מיט װערטער,

מיך דריקט דער גײַסט פֿון מײַן לײַב.

19 זע, מײַן לײַב איז װי װײַן װאָס איז נישט געעפֿנט,

װי נײַע לאָגלען װערט ער צעפּלאַצט.

20 איך װעל רעדן, און מיר װעט פֿרײַער װערן,

איך װעל עפֿענען מײַנע ליפּן און ענטפֿערן.

21 לאָמיך נאָר נישט שױנען קײן מאַנס פּנים,

און קײן מענטשן נישט חנפֿען.

22 װאָרעם איך װײס נישט װי צו חנפֿען;

באַלד װאָלט מיך אַװעקנעמען מײַן באַשעפֿער.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-