Publicidade

Jó 24

1 פֿאַר װאָס זײַנען נישט אָפּגעלײגט

פֿון שַדַי באַשטימטע צײַטן,

און די װאָס קענען אים, זעען נישט זײַנע טעג?

2 גרענעצן פֿאַררוקט מען,

אַ סטאַדע גזלט מען און מע פֿיטערט.

3 דעם אײזל פֿון יתומים פֿירט מען אַװעק,

מע נעמט אין משכּון דעם אָקס פֿון דער אַלמנה.

4 מע שטױסט אַראָפּ אבֿיוֹנים פֿון װעג,

באַהאַלטן מוזען זיך אַלע אָרימע פֿון לאַנד.

5 זע, װי װילדע אײזלען אין מדבר,

גײען זײ אַרױס צו זײער אַרבעט, זוכנדיק שפּײַז;

די סטעפּ גיט אים ברױט פֿאַר די קינדער.

6 אױפֿן פֿעלד שנײַדן זײ זײַן פֿוטער,

און דעם װײַנגאָרטן פֿון רשע קלײַבן זײ אָפּ.

7 נאַקעט נעכטיקן זײ, אָן אַ מלבוש

און אָן אַ צודעק פֿון קעלט.

8 פֿון דעם רעגנגוס פֿון די בערג װערן זײ דורכגענעצט,

און אָן אַ שיצונג טוליען זײ זיך צום פֿעלדז.

9 מע רױבט פֿון דער ברוסט דעם יתום,

און בײַם אָרעמאַן נעמט מען אַ משכּון.

10 נאַקעט גײען זײ, אָן אַ מלבוש,

און זײ נעמען פֿון די הונגעריקע זײערע געטרײד גאַרבן.

11 צװישן די מױערן פֿון יענע, פּרעסן זײ אײל;

קעלטערס טרעטן זײ און זײַנען דאָרשטיק.

12 פֿון שטאָט קרעכצן די מענטשן,

און די זעל פֿון גוססע שרײַט,

און אֱלוֹהַּ מאַכט נישט קײן פֿאָרװוּרף.

13 זײ זײַנען װידערשפּעניקער אָן ליכט,

זײ קענען נישט זײַנע װעגן,

און װײַלן נישט אױף זײַנע שטעגן.

14 מיטן שײַן שטײט אױף דער מערדער,

צו טײטן דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון;

און בײַ נאַכט איז ער װי אַ גנבֿ.

15 און דאָס אױג פֿון נואף װאַרט אױף פֿאַרנאַכט,

אַזױ צו זאָגן: מיך װעט נישט אָנזען אַן אױג;

און אַ צודעק אױפֿן פּנים טוט ער אָן.

16 זײ גראָבן אונטער אין דער פֿינצטער הײַזער,

בײַ טאָג פֿאַרשליסן זײ זיך אײַן;

זײ װײסן נישט פֿון ליכטיקײט,

17 װאָרעם בײַ זײ אַלעמען איז טױטשאָטן פֿרימאָרגן,

װײַל זײ זײַנען באַקאַנט מיט די שרעקענישן פֿון טױטשאָטן.

18 ער גײט לײַכט אַװעק אױפֿן װאַסער;

פֿאַרשאָלטן איז זײער חלק אױף דער ערד;

ער פֿאַרקערט נישט אױפֿן װעג פֿון װײַנגערטנער.

19 טריקעניש און היץ רױבן אַװעק שנײװאַסער;

און שְׁאֹול – די װאָס האָבן געזינדיקט.

20 דער טראַכט פֿאַרגעסט אָן אים,

דער װאָרעם לאָבט זיך מיט אים,

ער װערט מער נישט געדאַכט;

און צעבראָכן װי אַ האָלץ װערט אומגערעכטיקײט.

21 ער חבֿרט זיך מיט דער עקרה װאָס געבערט נישט;

און די אַלמנה באַגיטיקט ער נישט.

22 און ער שלעפּט אַראָפּ די מאַכטיקע מיט זײַן כּוֹח;

ער שטײט אױף, און מע איז נישט זיכער מיטן לעבן.

23 לאָזט אים אין זיכערקײט, ער זאָל זיך אָנלענען,

אָבער זײַנע אױגן זײַנען אױף זײערע װעגן.

24 זײ װערן דערהױבן אַ װײַלע, און שױן זײַנען זײ נישטאָ;

יאָ, זײ װערן דערנידערט, װי אַלע װערן זײ אײַנגעזאַמלט,

און װי אַ שפּיץ זאַנג װערן זײ אָפּגעשניטן.

25 און אױב נישט אַזױ, דען, װער װיל מיר אָפּלײקענען,

און מאַכן צו נישט מײַן װאָרט?

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-