Publicidade

Jó 4

1 האָט געענטפֿערט אֶליפַֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:

2 אַז מע פּרוּװט אַ װאָרט צו דיר װעט דיך פֿאַרדריסן?

אָבער װער קען זיך אײַנהאַלטן פֿון רײד?

3 זע, האָסט געלערנט פֿילן,

און שלאַפֿע הענט פֿלעגסטו שטאַרקן.

4 דעם געשטרױכלטן פֿלעגן אױפֿשטעלן דײַנע רײד,

און געבײגטע קני פֿלעגסטו פֿעסטיקן.

5 אָבער אַצונד קומט עס צו דיר, װערסטו אָפּהענטיק,

עס רירט דיך אָן, און װערסט דערשראָקן.

6 איז נישט דײַן יִרְאַת דײַן בטחון,

דײַן האָפֿענונג די ערלעכקײט פֿון דײַנע װעגן?

7 דערמאָן זיך נאָר, װער איז אומשולדיק אונטערגעגאַנגען?

און װוּ זײַנען רעכטפֿאַרטיקע פֿאַרטיליקט געװאָרן?

8 װעדליק איך האָב געזען, איז די װאָס אַקערן אומרעכט,

און זײען אומגליק, זײ שנײַדן עס.

9 פֿון דעם הױך פֿון אֱלוֹהַּ גײען זײ אונטער,

און פֿון דעם אָטעם פֿון זײַן צאָרן װערן זײ פֿאַרלענדט.

10 אַ געבריל פֿון לײב, אַ קֹול פֿון װילדלײב –

אָבער די צײן פֿון די יונגלײבן װערן צעבראָכן;

11 דער אַלטער לײב גײט אױס אָן שפּײַז,

און די קינדער פֿון דער לײבינטע װערן צעשפּרײט.

12 און צו מיר פֿלעגט אַ װאָרט זיך פֿאַרגנבֿען,

און מײַן אױער האָט פֿאַרנומען אַ קװינט דערפֿון.

13 אין געדאַנקען, פֿון זעונגען פֿון דער נאַכט,

װען אַ טיפֿער שלאָף פֿאַלט אױף מענטשן,

14 האָט מיך אַ פַּחד געטראָפֿן און אַ ציטערניש,

און האָט אַלע מײַנע בײנער שױדערט.

15 און אַ גײַסט פֿלעגט פֿאַר מײַן פּנים אַריבער;

קאַפּױר שטעלן פֿלעגט עס די האָר פֿון מײַן לײַב.

16 ער פֿלעגט שטײן, אָבער איך פֿלעג נישט דערקענען זײַן אָנבליק;

אַ געשטאַלט איז געװען פֿאַר מײַנע אױגן;

אַ שטילקײט און אַ שטים פֿלעג איך הערן:

17 קען אַ מענטש פֿאַר אֱלוֹהַּ זײַן גערעכט?

צי קען פֿאַר זײַן באַשעפֿער רײן זײַן אַ מאַן?

18 זע, אין זײַנע קנעכט גלױבט ער נישט,

און אין זײַנע מלאָכים מערקט ער אַ פֿאַרזע,

19 הײַנט װי שױן די װױנער אין הײַזער פֿון לײם,

װאָס זײער גרונט איז אין שטױב?

מע צעדריקט זײ גלײַך װי אַ מאָיל.

20 צװישן מאָרגן און אָװנט װערן זײ צעשטױסן,

אומגעמערקט גײען זײ אונטער אױף אײביק.

21 פֿאַר װאָר, אָפּגעריסן װערט זײער געצעלטשטריק בײַ זײ,

זײ שטאַרבן, און אָן חכמה.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-