Publicidade

Jó 28

1 יאָ, פֿאַראַן אַ גרעבערײַ פֿאַר זילבער,

און אַן אָרט װוּ גאָלד טוט מען לײַטערן.

2 אײַזן װערט פֿון דער ערד גענומען,

און פֿון שטײן שמעלצט מען קופּער.

3 דער מענטש מאַכט אַ סוף צו פֿינצטערניש,

און ביז יעטװעדער עק פֿאָרשט ער אױס

שטײנער פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן.

4 ער ברעכט אַ שאַכט װײַט פֿון אַ באַװױנער;

פֿאַרגעסן פֿון אַ פֿאַרבײַגײערס פֿוס;

אָפּגעצערט, װײַט פֿון מענטשן װאַנדערן זײ.

5 די ערד, פֿון איר קומט אַרױס ברױט,

אָבער אונטער איר איז איבערגעקערט װי פֿון פֿײַער.

6 דער אָרט פֿון סאַפּיר זײַנען אירע שטײנער,

און שטױבן פֿון גאָלד זײַנען דערין.

7 דעם שטעג, אים װײס נישט קײן רױבפֿױגל,

און נישט אָנגעקוקט האָט אים דאָס אױג פֿון אַ פֿאַלק.

8 נישט באַטרעטן האָבן אים חיות שטאָלצע,

נישט געשפּרײַזט האָט אױף אים דער לײב.

9 צום קיזלשטײן שטרעקט ער אױס זײַן האַנט,

ער קערט אום פֿון װאָרצל די בערג.

10 אין פֿעלדזן האַקט ער גראָבנס,

און אַל דאָס טײַערסטע קוקט אָן זײַן אױג.

11 פֿלוסן פֿאַרבינדט ער נישט צו רינען,

און פֿאַרבאָרגנס ברענגט ער אַרױס אין ליכט.

12 אָבער די חכמה פֿון װאַנען קען געפֿונען װערן,

און װוּ איז דער אָרט פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט?

13 קײן מענטש װײס נישט איר װערדע,

און זי געפֿינט זיך נישט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע.

14 דער תּהום זאָגט: נישט אין מיר;

און דער ים זאָגט: נישט בײַ מיר.

15 פֿאַר איר קען נישט געגעבן װערן פֿײַנגאָלד,

און זילבער קען נישט געװױגן װערן פֿאַר איר מקח.

16 זי קען נישט אָפּגעשאַצט װערן מיט אוֹפֿיר-גאָלד,

מיט טײַערן אָניקל און סאַפּירשטײן.

17 גאָלד און גלאָז זײַנען נישט איר גלײַכן,

און כּלים פֿון גינגאָלד איר אױסבײַט.

18 אַבֿנים טובֿות און קריסטאָל דאַרפֿן נישט דערמאָנט װערן,

און מער פֿון קאַרעלן איז דער באַטרעף פֿון חכמה.

19 טאָפּאַז פֿון כּוּש איז נישט איר גלײַכן,

מיט רײנעם גאָלד קען זי נישט אָפּגעשאַצט װערן.

20 טאָ פֿון װאַנען קומט די חכמה?

און װוּ איז דער אָרט פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט?

21 אַז זי איז פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון יעטװעדער לעבעדיקן,

און פֿון פֿױגל פֿון הימל איז זי פֿאַרבאָרגן.

22 אונטערגאַנג און טױט זאָגן:

מיט אונדזערע אױערן האָבן מיר געהערט איר הערונג.

23 אלֹקים פֿאַרשטײט איר װעג,

און ער װײס איר אָרט.

24 װאָרעם ער קוקט ביז די עקן ערד,

אונטערן גאַנצן הימל זעט ער.

25 װען ער האָט געמאַכט פֿאַרן װינט אַ װאָג,

און װאַסערן מאַרקירט מיט אַ מאָס,

26 װען ער האָט געמאַכט פֿאַרן רעגן אַ געזעץ,

און אַ װעג פֿאַרן דונערגעװיטער,

27 דענצמאָל האָט ער זי געזען און זי באַרעכנט,

זי אױפֿגעשטעלט און אױך זי אױסגעפֿאָרשט.

28 און ער האָט געזאָגט צום מענטשן:

זע, מורא פֿאַר אֲדֹנָי דאָס איז חכמה,

און זיך אָפּקערן פֿון שלעכטס איז פֿאַרשטאַנדיקײט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-