1 און אִיובֿ האָט װידער אױפֿגעהױבן זײַן גערײד, און האָט געזאָגט:
2 אַזױ װי עס לעבט אֵל װאָס האָט צוגענומען מײַן רעכט,
און דער פֿון שַדַי װאָס האָט פֿאַרביטערט מײַן זעל,
3 אַז אױב כּל-זמן מײַן אָטעם איז אין מיר,
און דער הױך פֿון אֱלוֹהַּ אין מײַן נאָז,
4 אױב מײַנע ליפּן װעלן רעדן אומרעכט,
און אױב מײַן צונג װעט אַרױסלאָזן באַטרוג!
5 חלילה מיר, אַז איך זאָל אײַך געבן גערעכט!
ביז איך װעל אױסגײן װעל איך נישט לאָזן אָפּנעמען
מײַן ערלעכקײט פֿון מיר.
6 אָן מײַן גערעכטיקײט האַלט איך זיך און װעל זי נישט אָפּלאָזן;
מײַן האַרץ האָט פֿון מײַן לעבטאָג אָן מיר נישט פֿאָרצוּװאַרפֿן.
7 זאָל װערן פֿון מײַן פֿײַנט װי פֿון רשע,
און פֿון מײַן קעגנשטײער װי פֿון דעם פֿאַרברעכער!
8 װאָרעם װאָס איז די האָפֿענונג פֿון דעם זינדיקן, אַז ער האַװעט,
אױב אֱלוֹהַּ נעמט אַװעק זײַן זעל?
9 װעט אֵל הערן זײַן געשרײ,
אַז אױף אים װעט קומען אַ צרה?
10 צי קען ער זיך קװיקן מיטן פֿון שַדַי,
רופֿן צו אֱלוֹהַּ אין יעטװעדער צײַט?
11 איך װעל אײַך לערנען װעגן דער האַנט פֿון אֵל,
װאָס איז בײַם פֿון שַדַי װעל איך נישט פֿאַרהױלן.
12 אָט האָט איר אַלע געזען,
און פֿאַר װאָס דען פּלױדערט איר נישטיקס?
13 דאָס איז דער חלק פֿון דעם שלעכטן מענטשן בײַ אֵל,
און די אַרב װאָס די געװאַלטטוער קריגן פֿון שַדַי.
14 אױב זײַנע קינדער מערן זיך, איז דאָס פֿאַרן שװערד,
און זײַנע שפּראָצן װעלן נישט האָבן ברױט צו זאַט.
15 די װאָס בלײַבן פֿון אים װעלן פֿון פּעסט באַגראָבן װערן,
און זײַנע אַלמנות װעלן צו מאָל נישט באַװײנען.
16 אַז ער זאָל אָנזאַמלען װי שטױב זילבער,
און װי לײם אָנגרײטן מלבושים,
17 װעט ער אָנגרײטן, און דער גערעכטער װעט אָנטאָן,
און מיטן זילבער װעלן די אומשולדיקע זיך טײלן.
18 ער בױט װי אַ מאָיל זײַן הױז,
און װי אַ בײַדל װאָס דער װעכטער מאַכט.
19 ער לײגט זיך אַן עושר, און שױן איז נישטאָ װאָס אױפֿצוקלײַבן,
ער עפֿנט זײַנע אױגן, און עס איז נישטאָ.
20 װי װאַסערן יאָגן אים אָן שרעקענישן,
איבער נאַכט גנבֿעט אים אַװעק אַ שטורעם.
21 דער מזרח-װינט הײבט אים אױף, אַז ער מוז גײן,
און ער שטורעמט אים אַװעק פֿון זײַן אָרט.
22 און ער שלײַדערט אױף אים און דערבאַרעמט זיך נישט;
לױפֿנדיק װאָלט ער אַנטלאָפֿן פֿון זײַן האַנט.
23 מע פּאַטשט איבער אים די הענט,
און מע שמוצערט אױף אים פֿון זײַן אָרט.