Publicidade

Jó 18

1 האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:

2 ביז װאַנען װעט איר מאַכן געיעגן אױף װערטער?

באַטראַכט, און דערנאָך װעלן מיר רעדן.

3 פֿאַר װאָס װערן מיר גערעכנט װי בהמות,

געהאַלטן פֿאַר פֿאַרשטאָפּט אין אײַערע אױגן?

4 דו װאָס פֿאַרצוקסט זיך אַלײן אין דײַן צאָרן,

זאָל פֿון דײַנעט װעגן פֿאַרלאָזט װערן די ערד,

און אַ פֿעלדז אַװעקגערוקט װערן פֿון זײַן אָרט?

5 יאָ, דאָס ליכט פֿון די רשעים װעט פֿאַרלאָשן װערן,

און נישט שײַנען װעט דער פֿונק פֿון זײַן פֿײַער.

6 די ליכטיקײט װעט פֿינצטער װערן אין זײַן געצעלט,

און זײַן ליכט װעט פֿאַרלאָשן װערן איבער אים.

7 די שפּרײַזן פֿון זײַן מאַכט װעלן געענגט װערן,

און אים װעט אַנידערװאַרפֿן זײַן אײגענע עצה.

8 װאָרעם ער װערט געטריבן פֿון זײַנע פֿיס אין דער נעץ,

און אױף אַ פּאַסטקע גײט ער אום.

9 כאַפּן פֿאַרן טריט װעט אַ פֿאַנגנעץ,

פֿעסט װעט אים האַלטן דער קנופּ.

10 באַהאַלטן אין דער ערד איז אַ שטריק פֿאַר אים,

און אַ כאַפּשטײַג פֿאַר אים איז אױפֿן שטעג.

11 רונד אַרום גרױלן אים שרעקענישן,

און זײ יאָגן אים אױף זײַנע טריט.

12 הונגעריק װעט זײַן זײַן אומגליק,

און דער בראָך איז אָנגעברײט בײַ זײַן זײַט.

13 אױפֿעסן װעט די גלידער פֿון זײַן לײַב,

אױפֿעסן װעט זײַנע גלידער דער בכוֹר פֿון טױט.

14 אױסגעריסן װעט װערן פֿון זײַן געצעלט זײַן פֿאַרזיכערונג,

און עס װעט אים מאַכן שפּרײַזן צו דעם מלך פֿון שרעקעניש.

15 רוען װעט אין זײַן געצעלט נישט זײַן האָב;

אױף זײַן װױנונג װעט אױסגעשפּרײט װערן שװעבל.

16 פֿון אונטן װעלן טריקענען זײַנע װאָרצלען,

און פֿון אױבן װעט פֿאַרװעלקט װערן זײַן צװײַג.

17 זײַן זָכר גײט אונטער פֿון דער ערד,

און ער האָט נישט קײן נאָמען דערױסן.

18 מע װעט אים שטױסן פֿון ליכט אין פֿינצטערניש

און פֿון דער װעלט װעט מען אים פֿאַרװאָגלען.

19 ער האָט נישט קײן קינד און קײן אײניקל צװישן זײַן פֿאָלק,

און קײן איבערבלײַב אין זײַנע װױנונגען.

20 איבער זײַן שטראָפֿטאָג װערן צעגרױלט די שפּעטערדיקע,

און די פֿריִערדיקע נעמט אָן אַ שױדער.

21 יאָ, דאָס זײַנען די װױנונגען פֿון דעם פֿאַרברעכער,

און דאָס איז דער אָרט פֿון דעם װאָס װײס נישט פֿון אֵל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-