Publicidade

Jó 33

1 אָבער הער אַקאָרשט, אִיובֿ, מײַנע רײד,

און אַלע מײַנע װערטער פֿאַרנעם.

2 זע נאָר, איך האָב געעפֿנט מײַן מױל,

מײַן צונג רעדט אין מײַן גומען.

3 אױפֿריכטיק פֿון מײַן האַרצן זײַנען מײַנע װערטער,

און װאָס מײַנע ליפּן װײסן, זאָגן זײ קלאָר.

4 דער רוּחַ פֿון אֵל האָט מיך געמאַכט,

און דער נְשָׁמָה פֿון שַדַי האַלט מיך בײַם לעבן.

5 אױב דו קענסט, ענטפֿער מיר,

ברײט דיך אָן קעגן מיר, שטעל זיך אַװעק.

6 זע, איך בין אַזױ װי דו בײַ אֵל,

איך אױך בין פֿון לײם געפֿורעמט געװאָרן.

7 זע, מײַן אימה שרעקט דיך נישט,

און מײַן לאַסט דריקט נישט אױף דיר.

8 יאָ, האָסט געזאָגט אין מײַנע אױערן,

און דעם קֹול פֿון די װערטער האָב איך געהערט:

9 רײן בין איך, אָן אַ פֿאַרברעך,

לױטער בין איך, און האָב נישט קײן זינד:

10 זע, בילבולים געפֿינט ער אױף מיר,

ער רעכנט מיך פֿאַר זײַן שׂונא;

11 ער טוט אַרײַן אין אַ קלאָץ מײַנע פֿיס,

ער היט אַלע מײַנע שטעגן.

12 אָט אין דעם ביסטו נישט גערעכט, װעל איך דיר ענטפֿערן,

װאָרעם אֱלוֹהַּ איז גרעסער פֿון מענטשן.

13 פֿאַר װאָס קריגסטו זיך מיט אים,

װאָס ער פֿאַרענטפֿערט נישט אַלע זײַנע מעשׂים?

14 װאָרעם אױף אײן שטײגער רעדט אֵל,

און אױף צװײ, הגם מע מערקט עס נישט.

15 אין אַ חלום, אַ זעונג פֿון דער נאַכט,

װען אַ טיפֿער שלאָף פֿאַלט אױף מענטשן,

אין שלומער אױפֿן געלעגער,

16 דענצמאָל אַנטפּלעקט ער דעם אױער פֿון מענטשן,

און פֿאַרחתמעט מיט אַ מוסר צו זײ,

17 כּדי דער מענטש זאָל אַװעקװאַרפֿן זײַן טאָן;

און ער באַשירעמט פֿון האָפֿערדיקײט דעם מאַן.

18 ער פֿאַרמײַדט זײַן זעל פֿון שַחַת,

און זײַן לעבן פֿון אומקומען דורכן שװערד.

19 אָדער ער װערט געשטראָפֿט מיט װײטאָג אױף זײַן געלעגער,

און אַלע זײַנע בײנער װערן שטײַף.

20 און זײַן לעבן מאַכט אים זיך עקלען מיט ברױט,

און זײַן זעל מיטן גלוסטיקסטן מאכל.

21 אָפּגעצערט װערט זײַן פֿלײש פֿון פּנים,

און אײַנגעדאַרט זײַנע בײנער, נישט אָנצוקוקן.

22 און זײַן זעל גענענט צו דער שַחַת,

און זײַן לעבן צו די טײטער.

23 אױב עס איז דאָ פֿאַר אים אַ מלאך,

אַ מליץ-יושר אַפֿילו אײנער פֿון טױזנט,

כּדי דעם מענטשן אַנצוּזאגען זײַנע גערעכטפערטיקונג,

24 לײַטזעליקט ער אים, און זאָגט:

לײז אים אױס פֿון נידערן אין גרוב;

איך האָב געפֿונען אַן אױסלײז.

25 זײַן לײַב װערט פֿרישער װי ייִנגלװײַז,

ער קערט זיך אום צו די טעג פֿון זײַן יוגנט.

26 ער בעט צו אֱלוֹהַּ, און ער באַװיליקט אים,

און ער זעט זײַן פּנים מיט חֵן,

און קערט אום דעם מענטשן זײַן גערעכטיקײט.

27 ער קומט פֿאַר מענטשן װאָס זאָגט:

איך האָב געזינדיקט, און װאָס איז רעכט האָב איך פֿאַרדרײט,

און עס איז מיר נישט באַצאָלט.

28 אַזױ לײזט ער אױס זײַן זעל פֿון גײן אין גרוב,

און זײַן לעבן זעט די ליכטיקײט.

29 זע, דאָס אַלץ טוט אֵל,

צװײ מאָל, דרײַ מאָל, מיט אַ מענטשן,

30 כּדי אומצוקערן זײַן זעל פֿון גרוב,

דערלוכטן צו װערן אין ליכט פֿון לעבן.

31 פֿאַרנעם, אִיובֿ, הער מיר צו;

שװײַג, און איך װעל רעדן.

32 אױב דו האָסט װערטער, ענטפֿער מיר,

רעד, װאָרעם איך װעל דיך גערעכט מאַכן.

33 אױב נישט, הער דו מיר צו;

שװײַג, און איך װעל דיך לערנען חכמה.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-