1 די זעונג פֿון עוֹבַֿדיָהן.
אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ אױף אֶדוֹם:
אַ הערונג האָבן מיר געהערט פֿון ה׳,
און אַ שליח איז געשיקט צװישן די פֿעלקער:
שטײט אױף, און לאָמיר אױפֿשטײן אין מלחמה אױף איר.
2 זע, קלײן מאַך איך דיך צװישן די פֿעלקער,
פֿאַראַכט זײער װערסטו.
3 די מוטװיליקײט פֿון דײַן האַרצן האָט דיך פֿאַרפֿירט,
דו װאָס רוסט אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלדז,
אין דער הײך פֿון דײַן װױנונג;
װאָס זאָגסט אין דײַן האַרצן:
װער װעט מיך אַראָפּנידערן צו דער ערד?
4 װען דו זאָלסט זיך װי אַן אָדלער דערהײבן,
און װען דו מאַכסט צװישן שטערן דײַן נעסט,
װעל איך פֿון דאָרטן דיך אַראָפּנידערן,
זאָגט ה׳.
5 אױב גנבֿים װאָלטן געקומען צו דיר, אױב נאַכטרױבער –
װי ביסטו פֿאַרשניטן געװאָרן! –
װאָלטן זײ דאָך בלױז געגנבֿעט גענוג פֿאַר זיך;
אױב האַרבסטער װאָלטן געקומען צו דיר,
װאָלטן זײ דאָך אַ נאָכקלײַב איבערגעלאָזט.
6 װי איז דורכגעזוכט געװאָרן עֵשָׂו,
אַנטפּלעקט געװאָרן זײַנע באַהעלטענישן!
7 ביז צום געמאַרק האָבן זײ דיר באַלײט,
אַלע דײַנע בונדסלײַט;
דיך פֿאַרפֿירט, דיך בײַגעקומען האָבן די גוטע פֿרײַנט דײַנע.
די װאָס האָבן דײַן ברױט געגעסן
האָבן געשטעלט אַ נעץ אונטער דיר.
נישט געװען קײן פֿאַרשטאַנדיקײט אין אים.
8 פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳,
װעל איך אונטערברענגען די חכמים, פֿון אֶדוֹם,
און די פֿאַרשטאַנדיקײט, פֿון באַרג עֵשָׂו.
9 און דײַנע גיבוֹרים, תֵּימָן, װעלן צעבראָכן װערן,
כּדי איטלעכער זאָל פֿאַרשניטן װערן
פֿון באַרג עֵשָׂו דורך טײטונג.
10 פֿאַר דעם אומרעכט צו דײַן ברודער יעקבֿ
װעט דיך אַ בושה באַדעקן,
און װעסט פֿאַרשניטן װערן אױף אײביק.
11 אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געשטאַנען פֿון װײַטן,
אין דעם טאָג װאָס פֿרעמדע האָבן געפֿאַנגען זײַן פֿאַרמעג,
און װילדפֿרעמדע זײַנען געקומען אין זײַנע טױערן,
און אױף ירושָלַיִם גורל געװאָרפֿן,
ביסטו אױך געװען װי אײנער פֿון זײ.
12 און דו האָסט נישט געזאָלט צוזען דעם טאָג
פֿון דײַן ברודער,
אין טאָג פֿון זײַן אומגליק,
און נישט געזאָלט זיך פֿרײען איבער די קינדער פֿון יהוּדה,
אין טאָג פֿון זײער אונטערגאַנג,
און נישט געזאָלט גרײסן דײַן מױל,
אין טאָג פֿון נױט.
13 האָסט נישט געזאָלט קומען אין טױער פֿון מײַן פֿאָלק,
אין טאָג פֿון זײַן בראָך,
נישט געזאָלט צוזען, דו אױך, זײַן אומגליק,
אין טאָג פֿון זײַן בראָך,
און נישט געזאָלט אױסשטרעקן די האַנט אױף זײַן פֿאַרמעג,
אין טאָג פֿון זײַן בראָך.
14 און האָסט נישט געזאָלט שטײן בײַם שײדװעג,
צו פֿאַרשנײַדן זײַנע אַנטרונענע,
און נישט געזאָלט איבערענטפֿערן זײַנע געבליבענע,
אין טאָג פֿון נױט.
15 װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳ אױף אַלע פֿעלקער;
װי דו האָסט געטאָן, װעט געטאָן װערן צו דיר,
דײַן טוּונג װעט זיך אומקערן אױף דײַן קאָפּ.
16 װאָרעם װי איר האָט געטרונקען אױף מײַן הײליקן באַרג,
װעלן טרינקען אַלע פֿעלקער תּמיד;
יאָ, זײ װעלן טרינקען און זופּן,
און װערן װי קײן מאָל נישט געװען.
17 אָבער אױף דעם באַרג צִיוֹן װעט זײַן אַן אַנטרינונג,
און ער װעט זײַן הײליק;
און דאָס הױז פֿון יעקבֿ װעט אַרבן זײערע אַרבונגען.
18 און דאָס הױז פֿון יעקבֿ װעט זײַן אַ פֿײַער,
און דאָס הױז פֿון יוֹסף אַ פֿלאַם,
און דאָס הױז פֿון עֵשָׂו צו שטרױ,
און זײ װעלן זײ אָנצינדן און זײ פֿאַרצערן,
און קײן איבערבלײַב װעט נישט זײַן פֿון דעם הױז פֿון עֵשָׂו;
װאָרעם ה׳ האָט גערעדט.
19 און די װאָס אין דָרום װעלן אַרבן דעם באַרג עֵשָׂו,
און די װאָס אין דער נידערונג – די פּלִשתּים;
און זײ װעלן אַרבן דאָס פֿעלד פֿון אפֿרים,
און דאָס פֿעלד פֿון שוֹמרוֹן;
און בנימין װעט אַרבן גִלעָד.
20 און די דאָזיקע פֿאַרטריבענע מחנה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל
װעלן ירשעַנען די כּנַעֲנים ביז צָרפֿת,
און די פֿאַרטריבענע פֿון ירושָלַיִם װאָס אין ספָרַד,
װעלן אַרבן די שטעט פֿון דָרום.
21 און העלפֿער װעלן אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג צִיוֹן,
צו משפּטן דעם באַרג עֵשָׂו,
און די מלוכה װעט זײַן בײַ ה׳.