Publicidade

Jó 14

1 דער מענטש, געבאָרן פֿון אַ פֿרױ,

האָט קורצע טעג און זאַט פֿאַרדראָס.

2 װי אַ בלום קומט ער אַרױס און װערט פֿאַרשניטן,

און ער אַנטלױפֿט װי אַ שאָטן און באַשטײט נישט.

3 און אױף אַזעלכן האַלטסטו אָפֿן דײַנע אױגן?

און מיך װילסטו ברענגען צום משפּט מיט דיר?

4 װער קען מאַכן רײן פֿון אומרײן?

קײן אײנער נישט.

5 אױב זײַנע טעג זײַנען צוגעשניטן,

די צאָל פֿון זײַנע חדשים איז בײַ דיר,

גרענעצן האָסטו אים געמאַכט װאָס ער קען נישט אַריבער,

6 קער זיך אָפּ פֿון אים, כּדי ער זאָל האָבן רו,

ביז ער װעט דערפֿילן װי אַ געדונגענער זײַן טאָג.

7 װאָרעם פֿאַר אַ בױם איז דאָ אַ האָפֿענונג;

אַז ער װערט אָפּגעשניטן, באַנײַט ער זיך װידער,

און זײַן שפּראָץ הערט נישט אױף.

8 אַז אַלט אין דער ערד װערט זײַן װאָרצל,

און אין שטױב שטאַרבט אָפּ זײַן שטאַם,

9 פֿון רֵיח פֿון װאַסער בליט ער אױף,

און לאָזט ריטלעך אַרױס װי אַ פֿלאַנצונג.

10 אָבער אַ מאַן שטאַרבט און פֿאַלט אַװעק,

און פֿאַרגאַנגען דער מענטש, און װוּ איז ער?

11 װאַסערן גײען אַװעק פֿון ים,

און אַ טײַך װערט אױסגעטריקנט און טרוקן;

12 און דער מענטש לײגט זיך און שטײט נישט אױף;

ביז קײן הימל װעט נישט זײַן װעלן זײ זיך נישט אױפֿכאַפּן,

און נישט אױפֿװאַכן פֿון זײער שלאָף.

13 װען דו װאָלסט מיך אין שְׁאֹול באַהאַלטן,

מיך פֿאַרבאָרגן ביז דײַן צאָרן װעט אָפּגײן,

מיר שטעלן אַ צײַט, און זיך דערמאָנען אָן מיר! –

14 אַז אַ מענטש שטאַרבט, װעט ער דען לעבעדיק װערן? –

אַלע טעג פֿון מײַן דינסטצײַט װאָלט איך געהאַרט

ביז מײַן אױסבײַט װעט קומען.

15 װאָלסט גערופֿן, און איך װאָלט דיר געענטפֿערט,

װען דו װאָלסט געגלוסט צו דעם װערק פֿון דײַנע הענט.

16 אָבער אַצונד צײלסטו מײַנע טריט,

װאַרטסט צו מאָל נישט אױף מײַן חטא.

17 פֿאַרחתמעט אין אַ בײַטל איז מײַן פֿאַרברעך,

און דו לײגסט נאָך צו צו מײַן זינד.

18 יאָ פֿאַר װאָר, אַ געפֿאַלענער באַרג צעברעקלט זיך,

און אַ פֿעלדז װערט פֿאַררוקט פֿון זײַן אָרט;

19 װאַסער צערײַבט שטײנער,

אירע פֿלײצונגען שװענקען אַװעק דעם שטױב פֿון דער ערד;

אַזױ ברענגסטו אונטער די האָפֿענונג פֿון דעם מענטשן.

20 שטאַרקסט אים אײביק איבער, און ער פֿאַרגײט,

פֿאַרענדערסט זײַן פּנים, און שיקסט אים אַװעק.

21 זײַנע קינדער האָבן כּבֿוד, און ער װײס נישט,

און זײ װערן צו קלײן, און ער מערקט זײ נישט.

22 נאָר זײַן פֿלײש װײטאָקט אױף אים,

און זײַן זעל טרױערט אױף אים.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-