Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 103

1 פֿון דָוִדן.

לױב, מײַן זעל, ה׳,

און אַלע מײַנע אינגעװײד, זײַן הײליקן נאָמען.

2 לױב ה׳, מײַן זעל,

און זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אַלע זײַנע טובֿות;

3 דער װאָס פֿאַרגיט אַל די זינד דײַנע,

װאָס הײלט אַלע קראַנקשאַפֿטן דײַנע;

4 װאָס לײזט אױס פֿון גרוב דײַן לעבן,

װאָס קרײנט דיך מיט גענאָד און דערבאַרעמונג;

5 װאָס זעטיקט מיט גוטס דײַן עלטער,

װי אַן אָדלער באַנײַט זיך די יוגנט דײַנע.

6 ה׳ טוט גערעכטיקײטן,

און רעכט צו אַלע געדריקטע.

7 ער האָט געלאָזט װיסן משהן זײַנע װעגן,

די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנע מעשׂים.

8 ה׳ איז דערבאַרעמדיק און לײַטזעליק,

אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד.

9 נישט שטענדיק װעט ער קריגן,

און נישט אײביק װעט ער האַלטן אַ כּעס.

10 נישט לױט אונדזערע חטאָים האָט ער אונדז געטאָן,

און נישט לױט אונדזערע זינד האָט ער אונדז פֿאַרגאָלטן.

11 װאָרעם װי דער הימל איז הױך איבער דער ערד,

אַזױ איז שטאַרק זײַן חֶסֶד צו די װאָס פֿאָרכטן אים.

12 װי מזרח איז װײַט פֿון מערבֿ,

אַזױ האָט ער דערװײַטערט פֿון אונדז אונדזערע פֿאַרברעכן.

13 װי אַ פֿאָטער דערבאַרעמט זיך אױף זײַנע קינדער,

אַזױ דערבאַרעמט זיך ה׳ אױף די װאָס פֿאָרכטן אים.

14 װאָרעם ער װײס אונדזער באַשאַפֿונג,

ער געדענקט אַז מיר זײַנען שטױב.

15 דער מענטש – אַזױ װי גראָז זײַנען זײַנע טעג,

װי אַ שפּראָצונג פֿון פֿעלד, אַזױ שפּראָצט ער.

16 װאָרעם אַ װינט גײט אַריבער אױף אים, און ער איז נישטאָ,

און זײַן אָרט דערקענט אים נישט מער.

17 אָבער דער חֶסֶד פֿון ה׳ איז פֿון אײביק ביז אײביק

אױף די װאָס פֿאָרכטן אים,

און זײַן גערעכטיקײט צו קינדס-קינדער;

18 צו די װאָס היטן זײַן ברית

און צו די װאָס געדענקען זײַנע באַפֿעלן זײ צו טאָן.

19 ה׳ האָט אין הימל אױפֿגעשטעלט זײַן טראָן,

און זײַן מלוכה געװעלטיקט איבער אַלץ.

20 לױבט ה׳, זײַנע מלאָכים,

איר שטאַרקע גיבוֹרים װאָס טוט זײַן װאָרט,

בײַם הערן דעם קֹול פֿון זײַן װאָרט.

21 לױבט ה׳, אַלע זײַנע חײלות,

זײַנע משרתים װאָס טוט זײַן רָצון.

22 לױבט ה׳, אַלע זײַנע װערק,

אין אַלע ערטער פֿון זײַן געװעלטיקײט;

לױב ה׳, מײַן זעל.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.