1 אַז יִשׂרָאֵל איז אַרױס פֿון מִצרַיִם,
דאָס הױז פֿון יעקבֿ פֿון אַ װילדשפּראַכיקן פֿאָלק,
2 איז יהוּדה געװאָרן פֿאַר זײַן הײליקטום,
יִשׂרָאֵל זײַן געװעלטיקונג.
3 דער ים האָט דערזען און איז אַנטלאָפֿן,
דער יַרדן האָט אָפּגעטראָטן אַהינטער.
4 די בערג זײַנען געשפּרונגען װי װידערס,
די הײכן װי יונגע שאָף.
5 װאָס איז דיר, ים, װאָס דו לױפֿסט?
דו יַרדן, װאָס דו טרעטסט אָפּ אַהינטער?
6 איר בערג, װאָס איר שפּרינגט װי װידערס?
איר הײכן – װי יונגע שאָף?
7 פֿאַר אָדוֹן, טו ציטערן, ערד,
פֿאַר דעם אֱלוֹהַּ פֿון יעקבֿ,
8 װאָס פֿאַרקערט דעם פֿעלדז אין אַ טײַך װאַסער,
קיזלשטײן אין אַ װאַסערקװאַל.