Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 98

1 אַ מיזמור.

זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג,

װאָרעם װוּנדער האָט ער געטאָן;

זײַן רעכטע האַנט האָט אים געהאָלפֿן,

און זײַן הײליקער אָרעם.

2 ה׳ האָט געלאָזט װיסן זײַן ישועה,

פֿאַר די אױגן פֿון פֿעלקער

האָט ער אַנטפּלעקט זײַן גערעכטיקײט.

3 ער האָט געדאַכט אָן זײַן חֶסֶד

און זײַן טרײַשאַפֿט צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל;

אַלע עקן פֿון דער ערד האָבן געזען

די ישועה פֿון אלוקינו.

4 שאַלט צו ה׳, די גאַנצע ערד,

ברעכט אױס און זינגט און שפּילט.

5 שפּילט צו ה׳ אױף אַ האַרף,

אױף אַ האַרף מיט אַ קֹול פֿון געזאַנג.

6 מיט טרומײטן און אַ קֹול פֿון שופֿר

שאַלט פֿאַר ה׳ דעם מלך.

7 זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט,

די װעלט און די װױנער אין איר.

8 די טײַכן זאָלן קלאַפּן די הענט,

די בערג זאָלן זינגען אין אײנעם;

9 פֿאַר ה׳, װאָרעם ער קומט משפּטן די ערד;

ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,

און די פֿעלקער מיט יושר.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também