1 בײַ די טײַכן פֿון בָבֿל,
דאָרטן זײַנען מיר געזעסן און געװײנט,
אַז מיר האָבן זיך דערמאָנט אָן צִיוֹן.
2 אױף די װערבעס װאָס אין איר
האָבן מיר אױפֿגעהאַנגען אונדזערע האַרפֿן;
3 װאָרעם דאָרטן האָבן אונדזערע פֿאַנגער
פֿאַרלאַנגט פֿון אונדז װערטער פֿון געזאַנג,
און אונדזערע פּײַניקער, פֿרײלעכקײט:
זינגט אונדז פֿון דעם געזאַנג פֿון צִיוֹן.
4 װי זאָלן מיר זינגען דאָס געזאַנג פֿון ה׳
אױף פֿרעמדער ערד?
5 אױב איך װעל דיך פֿאַרגעסן, ירושָלַיִם,
זאָל מײַן רעכטע האַנט זיך פֿאַרגעסן צו רירן.
6 זאָל צוגעקלעפּט װערן מײַן צונג צו מײַן גומען,
אױב איך װעל דיך נישט געדענקען,
אױב איך װעל נישט דערמאָנען ירושָלַיִם
אױף מײַן העכסטער שׂימחה.
7 געדענק, ה׳, די קינדער פֿון אֶדוֹם
דעם טאָג פֿון ירושָלַיִם;
די װאָס האָבן געזאָגט: װאַרפֿט אײַן,
װאַרפֿט אײַן ביז צום גרונט אין איר.
8 טאָכטער בָבֿל, דו אָנגעברײטע צו פֿאַרװיסטונג,
װױל צו דעם װאָס װעט דיר אָפּצאָלן
דײַן טוּונג װאָס דו האָסט אונדז געטאָן;
9 װױל צו דעם װאָס װעט אָננעמען און צעהאַקן
דײַנע קלײנע קינדער אָן פֿעלדז.