Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 26

1 פֿון דָוִדן.

טו מיר רעכט, ה׳,

װאָרעם איך בין געגאַנגען אין מײַן ערלעכקײט,

און איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף ה׳, זיך נישט געװאַקלט.

2 פּרוּװ מיך, ה׳, און פּרוביר מיך,

לײַטער מײַנע נירן און מײַן האַרץ.

3 װאָרעם דײַן חֶסֶד איז פֿאַר מײַנע אױגן,

און איך גײ אין דײַן אמת.

4 איך בין נישט געזעסן מיט פֿאַלשע מענטשן,

און מיט פֿאַרשטעלטע קום איך נישט צונױף.

5 איך האָב פֿײַנט דאָס געזעמל פֿון שלעכטסטוער,

און מיט רשעים טו איך נישט זיצן.

6 איך װאַש אין רײנקײט מײַנע הענט,

און איך גײ אַרום דײַן מזבח, ה׳,

7 צו לאָזן הערן אַ קֹול פֿון דאַנק,

און צו דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.

8 ה׳, איך האָב ליב די װױנונג פֿון דײַן הױז,

און דעם אָרט פֿון דער רוּונג פֿון דײַן כּבֿוד.

9 זאָלסט נישט אײַנטאָן מיט זינדיקע מײַן זעל,

און מיט בלוטיקע לײַט מײַן לעבן,

10 װאָס אין זײערע הענט איז ליסטיקײט,

און זײער רעכטע איז פֿול שוחד.

11 אָבער איך גײ אין מײַן ערלעכקײט;

לײז מיך אױס, און לײַטזעליק מיך.

12 װען מײַן פֿוס שטײט אױף גלײַכן,

װעל איך אין געזעמלען לױבן ה׳.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.