1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
צו דיר הײב איך אױף מײַנע אױגן,
דו װאָס טראָנסט אין די הימלען.
2 זע, װי די אױגן פֿון קנעכט צו דער האַנט פֿון זײער האַר,
װי די אױגן פֿון אַ דינסט צו דער האַנט פֿון איר האַרינטע,
אַזױ זײַנען אונדזערע אױגן צו ה׳ אלוקינו,
ביז ער װעט אונדז לײַטזעליקן.
3 לײַטזעליק אונדז, ה׳, לײַטזעליק אונדז,
װאָרעם איבערזאַט זײַנען מיר מיט פֿאַראַכטונג.
4 איבערזאַט איז אונדזער זעל
מיט דעם געשפּעט פֿון די רויִקע,
מיט דער פֿאַראַכטונג פֿון די האָפֿערדיקע דריקער.