Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 7

1 אַ שִגָעון פֿון דָוִדן, װאָס ער האָט געזונגען צו ה׳ פֿון װעגן כּוּש דעם בנימינער.

2 ה׳ מײַן ג-ט, אין דיר האָב איך מיך געשיצט,

העלף מיך פֿון אַלע מײַנע נאָכיאָגער, און זײַ מיך מציל,

3 מע זאָל נישט פֿאַרצוקן װי אַ לײב מײַן זעל, צערײַסן,

און קײנער זאָל נישט מציל זײַן.

4 ה׳ מײַן ג-ט, אױב איך האָב אַזױ װאָס געטאָן,

אױב אומרעכט איז דאָ אין מײַנע הענט,

5 אױב איך האָב געטאָן בײז מײַן גוטן פֿרײַנט,

אָדער באַרױבט צו מאָל מײַן אומזיסטיקן פֿײַנט,

6 זאָל דער שׂונא מיך נאָכיאָגן און דערגרײכן,

און טרעטן צו דער ערד מײַן לעבן,

און מײַן כּבֿוד אין שטױב לײגן.

סֶלָה.

7 שטײ אױף, ה׳, אין דײַן כּעס,

דערהײב דיך אין גרימצאָרן קעגן מײַנע פֿײַנט,

און דערװעק פֿאַר מיר דעם משפּט װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט.

8 און װי די עדה פֿון די פֿעלקער דיך רינגלט אַרום,

קער זיך אום איבער איר צו דער הײך.

9 ה׳, װאָס משפּטסט די פֿעלקער,

משפּט מיך, ה׳, לױט מײַן גערעכטיקײט

און לױט מײַן ערלעכקײט אין מיר.

10 זאָל שױן זיך עקן דאָס בײז פֿון די רשעים,

און דו זאָלסט אױפֿריכטן דעם צדיק;

װאָרעם דו פּרוּװסט די הערצער און נירן, אלֹקים דו גערעכטער.

11 מײַן באַשיץ איז אױף אלֹקים;

ער העלפֿט די רעכטפֿאַרטיקע הערצער.

12 אלֹקים איז אַ גערעכטער ריכטער,

און אַ צערנדיקער אֵל אַלע טאָג.

13 פֿאַר װאָר, ער שלײַפֿט נאָכאַנאַנד זײַן שװערד,

ער שפּאַנט זײַן בױגן און שטעלט אים אָן.

14 און ער גרײט זיך אָן געצײַג פֿון טױט,

ער מאַכט ברענעדיק שאַרף זײַנע פֿײַלן.

15 זע, ער אַנטפֿאַנגט אומרעכט,

און ער טראָגט אומגליק, און געבערט ליגן.

16 ער גראָבט אַ גרוב און הױלט זי אױס,

און פֿאַלט אין דעם אָפּגרונט װאָס ער מאַכט,

17 זײַן אומרעכט װעט זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ,

און אױף זײַן שאַרבן װעט נידערן זײַן פֿאַרברעך.

18 איך װעל לױבן ה׳ לױט זײַן גערעכטיקײט,

און באַזינגען דעם נאָמען פֿון ה׳ דעם עליון.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.