Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 91

1 דו װאָס זיצסט אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון עליון,

װאָס אין שאָטן פֿון שַדַי װײַלסטו,

2 איך זאָג אױף ה׳, מײַן באַשיצונג און מײַן פֿעסטונג

מײַן ג-ט װאָס איך פֿאַרזיכער זיך אױף אים,

3 אַז ער װעט דיך מציל זײַן פֿון פֿױגלפֿאַנגערס נעץ,

פֿון דער פּעסט פֿון פֿאַרטיליקונג.

4 מיט זײַן פֿלעדער װעט ער דיך באַשירעמען,

און אונטער זײַנע פֿליגלען װעסטו זיך שיצן;

אַ שילד און אַ שילד איז זײַן טרײַשאַפֿט.

5 װעסט נישט מורא האָבן פֿאַר אַ שרעק פֿון דער נאַכט,

פֿאַר אַ פֿײַל װאָס פֿליט בײַ טאָג;

6 פֿאַר אַ פּעסט װאָס גײט אום אין דער פֿינצטער,

פֿאַר אַ מגפֿה װאָס פֿאַרװיסט אין מיטן טאָג.

7 דיר פֿון זײַט װעלן פֿאַלן טױזנט,

און צען טױזנט פֿון דײַן רעכטער האַנט,

צו דיר װעט עס נישט גענענען.

8 בלױז מיט דײַנע אױגן װעסטו אָנקוקן,

און די באַצאָלונג פֿון די רשעים װעסטו זען.

9 װײַל דו האָסט געזאָגט: ה׳ איז מײַן באַשיצונג,

געמאַכט דעם עליון פֿאַר דײַן באַשירעמונג.

10 דיך װעט נישט טרעפֿן קײן בײז,

און קײן פּלאָג װעט נישט גענענען צו דײַן געצעלט.

11 װאָרעם זײַנע מלאָכים װעט ער באַפֿעלן װעגן דיר,

דיך צו היטן אין אַלע דײַנע װעגן.

12 אױף די הענט װעלן זײ דיך טראָגן,

טאָמער װעסטו אָפּשלאָגן אָן אַ שטײן דײַן פֿוס.

13 אױף לײבן און פּיפּערנאָטערס װעסטו שפּרײַזן,

װעסט צעטרעטן יונגלײבן און שלאַנג.

14 װײַל ער האָט געגלוסט צו מיר, װעל איך אים מאַכן אַנטרינען;

איך װעל אים דערהײכן, װײַל ער קען מײַן נאָמען.

15 ער װעט מיך רופֿן, און איך װעל אים ענטפֿערן,

איך װעל זײַן מיט אים אין אַ צרה,

איך װעל אים דערלײזן, און אים ברענגען צו כּבֿוד.

16 מיט לאַנגע יאָרן װעל איך אים זעטן,

און װעל אים װײַזן מײַן הילף.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.