1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
2 דערלײז מיך, ה׳, פֿון דעם שלעכטן מענטשן,
פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן;
3 די װאָס טראַכטן בײז אין האַרצן,
אַלע טאָג העצן זײ מלחמות.
4 זײ שאַרפֿן זײער צונג װי אַ שלאַנג,
גיפֿט פֿון אַן אָטערשלאַנג איז אונטער זײערע ליפּן.
סֶלָה.
5 היט מיך, ה׳, פֿון די הענט פֿון דעם רשע,
פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן;
די װאָס טראַכטן אומצושטױסן מײַנע טריט.
6 די האָפֿערדיקע האָבן מיר אַ פּאַסטקע אונטערגעלײגט, און שטריק,
זײ האָבן אױסגעשפּרײט אַ נעץ לעבן שטעג,
שטרױכלונגען האָבן זײ מיר געשטעלט.
סֶלָה.
7 איך זאָג צו ה׳: מײַן ג-ט ביסט דו;
פֿאַרנעם, ה׳, דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.
8 ה׳ דו אֲדֹנָי, די שטאַרקײט פֿון מײַן הילף,
האָסט באַשירעמט מײַן קאָפּ אין טאָג פֿון באַװאָפֿענונג;
9 זאָלסט נישט געבן, ה׳, די באַגערן פֿון דעם רשע,
זײַן כּװנה זאָלסטו נישט לאָזן אױספֿירן,
אַז זײ זאָלן זיך דערהײבן.
סֶלָה.
10 דאָס גיפֿט פֿון מײַנע אַרומרינגלער,
דאָס אומגליק פֿון זײערע ליפּן זאָל זײ אַלײן צודעקן.
11 זאָלן פֿאַלן אױף זײ קױלן,
אין פֿײַער זאָל ער זײ װאַרפֿן,
אין גריבער, אַז זײ זאָלן נישט אױפֿשטײן.
12 דער צונגמענטש זאָל נישט באַשטײן אױף דער ערד,
דעם בײזן רױבמענטשן, אים זאָל ער יאָגן צו פֿאַרשטױסונג.
13 איך װײס אַז ה׳ װעט טאָן דאָס רעכט פֿון דעם אָרעמאַן,
די גערעכטיקײט פֿון די באַדערפֿטיקע.
14 פֿאַר װאָר, די צדיקים װעלן דאַנקען דײַן נאָמען,
די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זיצן פֿאַר דײַן פּנים.