Publicidade

Salmos 147

1 הַלְלוּ יָהּ;

װאָרעם גוט איז זינגען צו אלוקינו,

װאָרעם עס איז ליבלעך;

שײן איז דאָס לױבן.

2 ה׳ בױט ירושָלַיִם,

די פֿאַרשטױסענע פֿון יִשׂרָאֵל װעט ער אײַנזאַמלען;

3 דער װאָס הײלט די צעבראָכענע הערצער,

און פֿאַרבינדט זײערע װוּנדן.

4 ער צײלט דעם מיספּר פֿון די שטערן,

זײ אַלע מיט נעמען רופֿט ער אָן.

5 גרױס איז אונדזער האַר און מאַכטיק אין כּוֹח,

נישטאָ קײן שיעור צו זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.

6 ה׳ ריכט אױף די געדריקטע,

ער דערנידערט די רשעים ביז דער ערד.

7 זינגט צו ה׳ מיט לױב-געזאַנג,

שפּילט צו אלוקינו אױף דער האַרף.

8 דער װאָס באַדעקט דעם הימל מיט װאָלקנס,

װאָס ברײט אָן רעגן פֿאַר דער ערד,

װאָס באַשפּראָצט די בערג מיט גראָז.

9 ער גיט דער בהמה איר שפּײַז,

די קינדער פֿון ראָב װאָס רופֿן.

10 נישט די גבֿורה פֿון דעם פֿערד באַגערט ער,

נישט די שענקלען פֿון דעם מאַן װיל ער.

11 ה׳ װיל די װאָס פֿאָרכטן אים,

די װאָס האַרן אױף זײַן חֶסֶד.

12 גיב אַ שבֿח צו ה׳, ירושָלַיִם,

לױב דײַן ג-ט, צִיוֹן.

13 װאָרעם ער האָט געשטאַרקט די ריגלען פֿון דײַנע טױערן,

ער האָט געבענטשט דײַנע קינדער אין דיר;

14 דער װאָס גיט דײַן געמאַרק שלום,

דיך זעטיקט מיט פֿעטס פֿון װײץ;

15 דער װאָס שיקט זײַן אָנזאָג אױף דער ערד –

אױף גיך לױפֿט זײַן װאָרט;

16 דער װאָס גיט שנײ אַזױ װי װאָל,

פֿראָסט װי אַש טוט ער שפּרײטן.

17 ער װאַרפֿט זײַן אײַז אַזױ װי ברעקלעך;

פֿאַר זײַן קעלט, װער קען באַשטײן?

18 ער שיקט זײַן װאָרט, און מאַכט זײ צעגײן;

ער מאַכט בלאָזן זײַן װינט, רינען װאַסערן.

19 ער זאָגט זײַנע װערטער צו יעקבֿ,

זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן צו יִשׂרָאֵל.

20 ער האָט אַזױ נישט געטאָן צו קײן פֿאָלק,

און געזעצן, דערפֿון װײסן זײ נישט.

הַלְלוּ יָהּ.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-