אַ
1 װױל צו די װאָס זײער װעג איז ערלעך,
װאָס גײען אין דער תּורה פֿון ה׳.
2 װױל צו די װאָס היטן זײַנע צײגנים,
װאָס זוכן אים מיטן גאַנצן האַרצן,
3 און זײ טוען נישט קײן אומרעכט,
זײ גײען אין זײַנע װעגן.
4 האָסט געבאָטן דײַנע באַפֿעלן,
זײ אָפּצוהיטן זײער.
5 הלװאַי זאָלן פֿעסט זײַן מײַנע װעגן,
צו היטן דײַנע געזעצן!
6 דענצמאָל װעל איך זיך נישט שעמען.
װען איך קוק אױף אַלע דײַנע געבאָט.
7 איך װעל דיך לױבן מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן,
װען איך לערן דײַנע גערעכטע משפּטים.
8 דײַנע געזעצן װעל איך היטן;
זאָלסט מיך נישט פֿאַרלאָזן ביז גאָר.
ב
9 מיט װאָס קען אַ יונגער מענטש האַלטן רײן זײַן װעג?
צו זײַן אָפּגעהיט לױט דײַן װאָרט.
10 מיט מײַן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט;
לאָז מיך נישט אַװעקבלאָנדזשען פֿון דײַנע געבאָט.
11 אין מײַן האַרצן האָב איך באַהאַלטן דײַן װאָרט,
כּדי איך זאָל נישט זינדיקן צו דיר.
12 געלױבט ביסטו, ה׳;
לערן מיך דײַנע געזעצן.
13 מיט מײַנע ליפּן האָב איך דערצײלט
אַלע משפּטים פֿון דײַן מױל.
14 מיט דעם װעג פֿון דײַנע צײגנים האָב איך מיך געפֿרײט
װי מיט אַלע עשירות.
15 איך טראַכט אָן דײַנע באַפֿעלן,
און איך קוק אױף דײַנע װעגן.
16 מיט דײַנע געזעצן קװיק איך מיך,
איך פֿאַרגעס נישט דײַן װאָרט.
ג
17 באַשער דײַן קנעכט, איך זאָל לעבן,
און איך װעל היטן דײַן װאָרט.
18 אַנטפּלעק מײַנע אױגן, איך זאָל זען
די װוּנדער פֿון דײַן תּורה.
19 אַ פֿרעמדער בין איך אױף דער ערד;
נישט פֿאַרבאָרג פֿון מיר דײַנע געבאָט.
20 צעבראָכן איז מײַן זעל פֿון גלוסטעניש
נאָך דײַנע משפּטים אין יעטװעדער צײַט.
21 שרײַסט אָן אױף די פֿאַרשאָלטענע מוטװיליקע,
װאָס בלאָנדזשען אַװעק פֿון דײַנע געבאָט.
22 קײַקל אַראָפּ פֿון מיר שאַנד און בזיון,
װאָרעם דײַנע צײגנים האָב איך געהיט.
23 הגם האַרן זיצן און רעדן קעגן מיר,
טראַכט דײַן קנעכט אָן דײַנע געזעצן,
24 יאָ, דײַנע צײגנים זײַנען מײַן קװיקונג,
די עצה-געבער מײַנע.
ד
25 באַהעפֿט צום שטױב איז מײַן זעל;
לעב מיך אױף לױט דײַן װאָרט.
26 איך האָב דערצײלט מײַנע װעגן,
און דו האָסט מיר געענטפֿערט.
לערן מיך דײַנע געזעצן.
27 דעם װעג פֿון דײַנע באַפֿעלן מאַך מיך פֿאַרשטײן,
און איך װעל רעדן פֿון דײַנע װוּנדער.
28 מײַן זעל טרערט פֿון קומער;
ריכט מיך אױף לױט דײַן װאָרט.
29 דעם װעג פֿון ליגן טו אָפּ פֿון מיר,
און מיט דײַן תּורה לײַטזעליק מיך.
30 דעם דרך אמוּנה האָב איך אױסגעװײלט,
דײַנע משפּטים האָב איך געהאַלטן פֿאַר מיר.
31 איך בין באַהעפֿט אָן דײַנע צײגנים;
ה׳, זאָלסט מיך נישט פֿאַרשעמען.
32 אין דעם װעג פֿון דײַנע געבאָט טו איך לױפֿן,
װאָרעם דו דערברײטערסט מײַן האַרץ.
ה
33 לערן מיך, ה׳, דעם װעג פֿון דײַנע געזעצן,
און איך װעל אים היטן ביז לעצט.
34 מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל היטן דײַן תּורה,
און זי האַלטן מיטן גאַנצן האַרצן.
35 פֿיר מיך אין דעם שטעג פֿון דײַנע געבאָט,
װאָרעם נאָך אים האָב איך געגאַרט.
36 נײַג מײַן האַרץ צו דײַנע צײגנים,
און נישט צו גײַציקײט.
37 נעם אַװעק מײַנע אױגן פֿון קוקן אױף נישטיקײט;
אין דײַנע װעגן לעב מיך אױף.
38 זײַ מקײם צו דײַן קנעכט דײַן צוזאָג
װאָס צו דײַנע פֿאָרכטער.
39 טו אָפּ מײַן שאַנד װאָס איך שרעק מיך דערפֿאַר,
װאָרעם דײַנע משפּטים זײַנען גוט.
40 זע, איך האָב געשמאַכט נאָך דײַנע באַפֿעלן;
אין דײַן גערעכטיקײט לעב מיך אױף.
ו
41 און זאָלן קומען דײַנע חסדים אױף מיר, ה׳,
דײַן הילף לױט דײַן צוזאָג,
42 אַז איך זאָל קענען ענטפֿערן מײַן לעסטערער אַ װאָרט;
װאָרעם איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן װאָרט.
43 און זאָלסט נישט אָפּרײַסן אין גאַנצן
פֿון מײַן מױל דאָס װאָרט פֿון אמת,
װאָרעם אױף דײַנע משפּטים האָב איך געהאַרט.
44 און איך װעל תּמיד היטן דײַן תּורה,
אױף אײביק און שטענדיק.
45 און לאָמיך אומגײן אין דערברײטערניש
װאָרעם דײַנע באַפֿעלן האָב איך געזוכט.
46 און איך װעל רעדן פֿון דײַנע צײגנים פֿאַר מלכים,
און איך װעל מיך נישט שעמען.
47 און איך װעל מיך קװיקן מיט דײַנע געבאָט
װאָס איך האָב ליב.
48 און איך װעל אױפֿהײבן מײַנע הענט צו דײַנע געבאָט
װאָס איך האָב ליב,
און איך װעל טראַכטן אָן דײַנע געזעצן.
ז
49 געדענק דאָס װאָרט צו דײַן קנעכט,
װעדליק דו האָסט מיך געמאַכט האָפֿן.
50 דאָס איז מײַן טרײסט אין מײַן פּײַן,
װאָס דײַן צוזאָג לעבט מיך אױף.
51 די מוטװיליקע האָבן געשפּעט פֿון מיר זײער –
פֿון דײַן תּורה האָב איך זיך נישט אָפּגענײגט.
52 איך האָב געדאַכט, ה׳, אָן דײַנע משפּטים פֿון אײביק אָן,
און איך האָב מיך געטרײסט.
53 אַ ברענעדיקער צאָרן האָט מיך אָנגענומען,
פֿון װעגן די רשעים װאָס פֿאַרלאָזן דײַן תּורה.
54 געזאַנגען זײַנען מיר געװען דײַנע געזעצן
אין הױז פֿון מײַן פֿאַרפֿרעמדטקײט.
55 איך האָב דערמאָנט בײַ נאַכט דײַן נאָמען, ה׳,
און איך האָב געהיט דײַן תּורה.
56 דאָס האָב איך געהאַט:
װאָס איך האָב געהאַלטן דײַנע באַפֿעלן.
ח
57 מײַן טײל, ה׳, האָב איך געזאָגט,
איז צו היטן דײַנע װערטער.
58 איך האָב געבעטן בײַ דיר מיטן גאַנצן האַרצן:
לײַטזעליק מיך לױט דײַן צוזאָג.
59 איך האָב באַרעכנט מײַנע װעגן,
און געקערט מײַנע פֿיס צו דײַנע צײגנים.
60 איך האָב זיך געאײַלט און נישט געזאַמט
צו היטן דײַנע געבאָט.
61 די שטריק פֿון די רשעים האָבן מיך אַרומגעקניפּט –
דײַן תּורה האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
62 האַלבע נאַכט שטײ איך אױף דיר צו דאַנקען
פֿאַר דײַנע גערעכטע משפּטים.
63 אַ חבֿר בין איך צו אַלע װאָס פֿאָרכטן דיך,
און צו די װאָס היטן דײַנע באַפֿעלן.
64 דײַן חֶסֶד, ה׳, איז פֿול די ערד;
לערן מיך דײַנע געזעצן.
ט
65 האָסט געטאָן גוטס מיט דײַן קנעכט, ה׳,
לױט דײַן װאָרט.
66 װױלפֿאַרשטאַנדיקײט און װיסן לערן מיך,
װאָרעם איך גלױב אין דײַנע געבאָט.
67 אײדער איך האָב געליטן פֿלעג איך פֿאַרזען,
אָבער אַצונד טו איך היטן דײַן װאָרט.
68 אַ גוטער ביסטו און אַ באַגיטיקער;
לערן מיך דײַנע געזעצן.
69 די מוטװיליקע האָבן אָנגעשמירט אױף מיר ליגן;
איך היט מיטן גאַנצן האַרצן דײַנע באַפֿעלן.
70 פֿאַרשטאָפּט װי פֿעטס איז זײער האַרץ;
איך האָב מיך געקװיקט מיט דײַן תּורה.
71 װױל איז צו מיר װאָס איך בין געפּײַניקט געװאָרן,
כּדי איך זאָל לערנען דײַנע געזעצן.
72 מיר איז בעסער די תּורה פֿון דײַן מױל
אײדער טױזנטן גאָלד און זילבער.
י
73 דײַנע הענט האָבן מיך געשאַפֿן און מיך געפֿורעמט;
מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל לערנען דײַנע געבאָט.
74 דײַנע פֿאָרכטער װעלן מיך זען און זיך פֿרײען,
װאָרעם אױף דײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.
75 איך װײס, ה׳, אַז גערעכט זײַנען דײַנע משפּטים,
און אױס טרײַשאַפֿט האָסטו מיך געפּײַניקט.
76 זאָל זײַן, איך בעט דיך, דײַן חֶסֶד מיך צו טרײסטן,
אַזױ װי דײַן צוזאָג צו דײַן קנעכט.
77 זאָל קומען אױף מיר דײַן דערבאַרעמונג, כּדי איך זאָל לעבן,
װאָרעם דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג.
78 זאָלן פֿאַרשעמט װערן די מוטװיליקע,
װײַל זײ האָבן מיך געקריװדעט אומנישט;
איך װעל טראַכטן אָן דײַנע באַפֿעלן.
79 זאָלן זיך קערן צו מיר די װאָס פֿאָרכטן דיך,
און די װאָס װײסן דײַנע צײגנים.
80 זאָל מײַן האַרץ זײַן גאַנץ אין דײַנע געזעצן,
כּדי איך זאָל נישט פֿאַרשעמט װערן.
כ
81 מײַן זעל גײט אױס נאָך דײַן הילף,
אױף דײַן װאָרט טו איך האַרן.
82 מײַנע אױגן גײען אױס נאָך דײַן צוזאָג,
אַזױ צו זאָגן: װען װעסטו מיך טרײסטן?
83 הגם איך בין געװאָרן װי אַ לאָגל אין רױך,
האָב איך דײַנע געזעצן נישט פֿאַרגעסן.
84 װי פֿיל זײַנען די טעג פֿון דײַן קנעכט?
װען װעסטו אַ משפּט טאָן אױף מײַנע נאָכיאָגער?
85 די מוטװיליקע האָבן מיר געגראָבן גריבער,
װאָס איז נישט לױט דײַן תּורה.
86 אַלע דײַנע געבאָט זײַנען װאָרהאַפֿטיק;
אומנישט האָבן זײ מיך גערודפֿט; העלף מיך.
87 זײ האָבן מיך שיר פֿאַרלענדט אױף דער ערד,
אָבער איך האָב נישט פֿאַרלאָזן דײַנע באַפֿעלן.
88 לעב מיך אױף לױט דײַן חֶסֶד,
און איך װעל היטן דעם צײגנים פֿון דײַן מױל.
ל
89 אױף אײביק, ה׳,
באַשטײט דײַן װאָרט אין הימל.
90 אױף דור-דורות איז דײַן טרײַשאַפֿט;
האָסט באַפֿעסטיקט די ערד, און זי שטײט.
91 לױט דײַנע געזעצן שטײען זײ הײַנט,
װאָרעם אַלע זאַכן זײַנען דײַנע קנעכט.
92 װען נישט דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג,
װאָלט איך אונטערגעגאַנגען אין מײַן פּײַן.
93 איך װעל אײביק נישט פֿאַרגעסן דײַנע באַפֿעלן,
װאָרעם מיט זײ האָסטו מיך אױפֿגעלעבט.
94 דײַנער בין איך, העלף מיך,
װאָרעם דײַנע באַפֿעלן האָב איך געפֿאָרשט.
95 די רשעים האָבן אױסגעקוקט אױף מיר, מיך אונטערצוברענגען;
איך קליג מיך אין דײַנע צײגנים.
96 צו יעטװעדער שטרעבונג האָב איך געזען אַן ענד –
דײַנע געבאָט זײַנען ברײט ביז גאָר.
מ
97 װי ליב איך האָב דײַן תּורה!
אַ גאַנצן טאָג איז זי מײַן טראַכטונג.
98 קליגער פֿון מײַנע פֿײַנט מאַכן מיך דײַנע געבאָט,
װאָרעם זײ זײַנען אײביק בײַ מיר.
99 פֿון אַלע מײַנע לערער בין איך פֿאַרשטאַנדיקער,
װאָרעם דײַנע צײגנים זײַנען מײַן טראַכטונג.
100 מער פֿון זקנים פֿאַרשטײ איך,
װײַל דײַנע באַפֿעלן האָב איך געהאַלטן.
101 פֿון יעטװעדער בײזן װעג פֿאַרמײַד איך מײַנע פֿיס,
כּדי איך זאָל היטן דײַן װאָרט.
102 פֿון דײַנע געזעצן האָב איך נישט אָפּגעקערט,
װאָרעם דו האָסט מיך געלערנט.
103 װי זיס זײַנען דײַנע װערטער צו מײַן גומען,
מער פֿון האָניק פֿאַר מײַן מױל!
104 פֿון דײַנע באַפֿעלן װער איך פֿאַרשטאַנדיק,
דערום האָב איך פֿײַנט יעטװעדער װעג פֿון ליגן.
נ
105 אַ ליכט פֿאַר מײַן פֿוס איז דײַן װאָרט,
און אַ ליכטיקײט פֿאַר מײַן שטעג.
106 איך האָב געשװאָרן, און האָב מקײם געװען,
צו היטן דײַנע גערעכטע משפּטים.
107 איך בין געדריקט ביז גאָר,
ה׳, לעב מיך אױף לױט דײַן װאָרט.
108 די פֿרײַגאָבן פֿון מײַן מױל באַװיליק, איך בעט דיך, ה׳,
און דײַנע משפּטים לערן מיך.
109 מײַן נפֿש איז תּמיד אין מײַן האַנט,
אָבער דײַן תּורה האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
110 די רשעים האָבן מיר אַ פּאַסטקע געשטעלט,
אָבער פֿון דײַנע באַפֿעלן האָב איך נישט אַװעקגעבלאָנדזשעט.
111 איך האָב געמאַכט דײַנע צײגנים פֿאַר מײַן אײביקער אַרב,
װאָרעם זײ זײַנען די פֿרײד פֿון מײַן האַרצן.
112 איך האָב גענײגט מײַן האַרץ צו טאָן דײַנע געזעצן
תּמיד ביז לעצט.
ס
113 צװײפֿלער האָב איך פֿײַנט,
נאָר דײַן תּורה האָב איך ליב.
114 מײַן פֿאַרבאָרגעניש און מײַן שילד ביסטו,
אױף דײַן װאָרט טו איך האַרן.
115 קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, איר שלעכטסטוער,
כּדי איך זאָל היטן די געבאָט פֿון מײַן ג-ט.
116 האַלט מיך אױף לױט דײַן צוזאָג, כּדי איך זאָל לעבן,
און לאָז מיך נישט פֿאַרשעמט װערן אין מײַן האָפֿענונג.
117 לען מיך אונטער, און לאָמיך געהאָלפֿן װערן,
און איך װעל מיך תּמיד פֿאַרנעמען מיט דײַנע געזעצן.
118 פֿאַראַכטסט אַלע װאָס בלאָנדזשען אַװעק פֿון דײַנע געזעצן,
װאָרעם אומזיסט איז זײער אָפּנאַרעניש.
119 װי פּסולת שאַפֿסטו אָפּ אַלע רשעים פֿון דער ערד,
דערום האָב איך ליב דײַנע צײגנים.
120 מײַן לײַב שױדערט פֿון אַנגסט פֿאַר דיר,
און פֿאַר דײַנע משפּטים האָב איך מורא.
ע
121 איך האָב געטאָן רעכט און גערעכטיקײט;
זאָלסט מיך נישט איבערלאָזן צו מײַנע דריקער.
122 שטעל זיך אײַן פֿאַר דײַן קנעכט צום גוטן,
אַז מיך זאָלן נישט דריקן די מוטװיליקע.
123 מײַנע אױגן גײען אױס נאָך דײַן הילף,
און נאָך דעם װאָרט פֿון דײַן גערעכטיקײט.
124 טו מיט דײַן קנעכט לױט דײַן חֶסֶד,
און דײַנע געזעצן לערן מיך.
125 דײַן קנעכט בין איך; מאַך מיך פֿאַרשטײן,
כּדי איך זאָל װיסן דײַנע צײגנים.
126 עס איז צײַט פֿאַר ה׳ צו טאָן;
זײ האָבן פֿאַרשטערט דײַן תּורה.
127 פֿאַר װאָר, איך האָב ליב דײַנע געבאָט,
מער פֿון גאָלד און פֿון גינגאָלד.
128 דערום האַלט איך פֿאַר ריכטיק אַלע כּלערלײ באַפֿעלן;
יעטװעדער װעג פֿון ליגן האָב איך פֿײַנט.
פֿ
129 װוּנדערלעך זײַנען דײַנע צײגנים,
דערום היט זײ מײַן זעל.
130 די אַנטפּלעקונג פֿון דײַנע װערטער מאַכט ליכטיק,
זי מאַכט פֿאַרשטאַנדיק דעם נאַרן.
131 איך האָב אױפֿגעשפּאַרט מײַן מױל און געלעכצט,
װאָרעם נאָך דײַנע געבאָט האָב איך געגאַרט.
132 קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך,
װי עס איז רעכט צו די װאָס האָבן ליב דײַן נאָמען.
133 פֿעסטיק מײַנע טריט מיט דײַן װאָרט,
און לאָז נישט געװעלטיקן איבער מיר קײן אומרעכט.
134 לײז מיך אױס פֿון דער דריקונג פֿון מענטשן,
כּדי איך זאָל היטן דײַנע באַפֿעלן.
135 דערלײַכט דײַן פּנים אױף דײַן קנעכט,
און לערן מיך דײַנע געזעצן.
136 בעכן װאַסער האָבן פֿאַרגאָסן מײַנע אױגן,
איבער די װאָס האָבן נישט געהיט דײַן תּורה.
צ
137 גערעכט ביסטו, ה׳,
און רעכטפֿאַרטיק זײַנען דײַנע משפּטים.
138 האָסט באַפֿױלן מיט גערעכטיקײט דײַנע צײגנים,
און מיט געטרײַשאַפֿט ביז גאָר.
139 מיך האָט אומגעבראַכט מײַן ערגערניש
װײַל מײַנע פֿײַנט האָבן פֿאַרגעסן דײַנע װערטער.
140 געלײַטערט איז דײַן װאָרט ביז גאָר,
און דײַן קנעכט האָט עס ליב.
141 קלײן בין איך און פֿאַראַכט –
דײַנע באַפֿעלן האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
142 דײַן גערעכטיקײט איז אײביק גערעכט,
און דײַן תּורה איז אמת.
143 נױט און אַנגסט האָבן מיך געטראָפֿן –
דײַנע געבאָט זײַנען מײַנע קװיקונגען.
144 גערעכט זײַנען דײַנע צײגנים אױף אײביק;
מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל לעבן.
ק
145 איך האָב גערופֿן מיטן גאַנצן האַרצן;
ענטפֿער מיר, ה׳; דײַנע געזעצן װעל איך האַלטן.
146 איך רוף דיך, העלף מיך,
און איך װעל היטן דײַנע צײגנים.
147 איך האָב מיך געפֿעדערט באַגינען און געשריִען;
אױף דײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.
148 מײַנע אױגן זײַנען פֿאַרױסגעלאָפֿן די נאַכטװאַכן,
צו טראַכטן אָן דײַן װאָרט.
149 הער צו מײַן קֹול לױט דײַן חֶסֶד,
ה׳, לעב מיך אױף אַזױ װי דײַן שטײגער.
150 עס גענענען די װאָס יאָגן זיך נאָך שענדלעכקײט;
פֿון דײַן תּורה זײַנען זײ װײַט.
151 דו ביסט נאָנט, ה׳,
און אַלע דײַנע געבאָט זײַנען אמת.
152 פֿון לאַנג אָן האָב איך געװוּסט פֿון דײַנע צײגנים,
אַז דו האָסט זײ אױף אײביק געגרונטפֿעסט.
ר
153 זע מײַן פּײַן, און דערלײז מיך,
װאָרעם דײַן תּורה האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
154 קריג מײַן קריג, און לײז מיך אױס,
לױט דײַן צוזאָג לעב מיך אױף.
155 װײַט איז פֿון רשעים הילף,
װײַל דײַנע געזעצן זוכן זײ נישט.
156 דײַן דערבאַרעמונג איז גרױס, ה׳;
לעב מיך אױף אַזױ װי דײַן געזעצן.
157 פֿיל זײַנען מײַנע נאָכיאָגער און מײַנע דריקער –
פֿון דײַנע צײגנים האָב איך זיך נישט אָפּגענײגט.
158 איך האָב געזען די פֿעלשער און איך האָב געהאַט אַן עקל צו זײ,
װאָס האָבן דײַן װאָרט נישט געהיט.
159 זע אַז דײַנע באַפֿעלן האָב איך ליב;
ה׳, לעב מיך אױף לױט דײַן חֶסֶד.
160 דער עיקר פֿון דײַן װאָרט איז אמת,
און אױף אײביק איז אַל דײַן גערעכטער משפּט.
ש
161 האַרן האָבן מיך גערודפֿט פֿאַר אומזיסט,
אָבער פֿאַר דײַנע װערטער האָט געאַנגסט מײַן האַרץ.
162 איך פֿרײ זיך איבער דײַן װאָרט,
װי אײנער װאָס געפֿינט אַ סך רױב.
163 ליגן האָב איך פֿײַנט און פֿאַראומװערדיק,
דײַן תּורה האָב איך ליב.
164 זיבן מאָל אַ טאָג לױב איך דיך
פֿאַר דײַנע גערעכטע משפּטים.
165 גרױס פֿריד איז פֿאַר די ליבהאָבער פֿון דײַן תּורה,
און נישטאָ פֿאַר זײ קײן שטרױכלונג.
166 איך האָב אױסגעקוקט אױף דײַן הילף, ה׳,
און דײַנע געבאָט האָב איך געטאָן.
167 מײַן זעל האָט געהיט דײַנע צײגנים,
און איך האָב זײ ליב זײער.
168 איך האָב געהיט דײַנע באַפֿעלן און דײַנע צײגנים,
װאָרעם אַלע מײַנע װעגן זײַנען פֿאַר דיר.
ת
169 זאָל גענענען מײַן געשרײ פֿאַר דיר, ה׳;
מאַך מיך פֿאַרשטײן, לױט דײַן װאָרט.
170 זאָל קומען מײַן געבעט פֿאַר דיר;
זײַ מיך מציל לױט דײַן צוזאָג.
171 מײַנע ליפּן װעלן שטראָמען מיט לױב,
אַז דו װעסט מיך לערנען דײַנע געזעצן.
172 מײַן צונג װעט זינגען דײַן װאָרט,
װאָרעם אַלע דײַנע געבאָט זײַנען גערעכטיקײט.
173 זאָל דײַן האַנט זײַן מיר צו הילף,
װאָרעם דײַנע באַפֿעלן האָב איך אױסדערװײלט.
174 איך האָב געשמאַכט נאָך דײַן ישועה, ה׳,
און דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג.
175 זאָל לעבן מײַן זעל, און דיך לױבן,
און זאָלן דײַנע משפּטים מיך העלפֿן.
176 איך האָב געבלאָנדזשעט װי אַ פֿאַרלאָרענע שאָף;
זוך אױף דײַן קנעכט, װאָרעם דײַנע געבאָט האָב איך נישט פֿאַרגעסן.