1 הַלְלוּ יָהּ.
זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג,
זײַן לױב אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די פֿרומע.
2 זאָל זיך פֿרײען יִשׂרָאֵל מיט זײַן באַשעפֿער,
די קינדער פֿון צִיוֹן זאָלן לוסטיק זײַן מיט זײער מלך.
3 זאָלן זײ לױבן זײַן נאָמען מיט טאַנץ,
מיט פּױק און האַרף זאָלן זײ שפּילן צו אים.
4 װאָרעם ה׳ באַװיליקט זײַן פֿאָלק,
ער באַשײנט די געדריקטע מיט הילף.
5 זאָלן די פֿרומע זיך פֿרײען אין כּבֿוד,
זאָלן זײ זינגען אױף זײערע געלעגערס.
6 דער הײבונגען פֿון אֵל אין זײער מױל,
און אַ צװײשאַרפֿיקע שװערד אין זײער האַנט,
7 צו טאָן אַ נקמה אָן די פֿעלקער,
שטראָפֿונגען אױף די אומות;
8 צו שמידן זײערע מלכים אין קײטן,
און זײערע אָנגעזעענע אין אײַזערנע רינגען;
9 צו טאָן אױף זײ דעם אָנגעשריבענעם משפּט.
שײן װעט דאָס זײַן פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע.
הַלְלוּ יָהּ.