1 װױל צו דעם מענטשן װאָס איז נישט געגאַנגען
אין דער עצה פֿון די רשעים.
און אױף דעם װעג פֿון די זינדיקע, איז ער נישט געשטאַנען,
און אין דער זיצונג פֿון די שפּעטער איז ער נישט געזעסן.
2 נײַערט צו דער תּורה פֿון ה׳ איז זײַן באַגער,
און אָן זײַן תּורה טראַכט ער טאָג און נאַכט.
3 און ער װעט זײַן װי אַ בױם געפֿלאַנצט בײַ בעכן װאַסער,
װאָס גיט זײַן פֿרוכט אין זײַן צײַט,
און זײַן בלאַט װערט נישט פֿאַרװעלקט;
און אין אַלץ װאָס ער טוט װעט ער באַגליקן.
4 נישט אַזױ זײַנען די רשעים;
נײַערט װי דער שפּרײ װאָס אַ װינט פֿאַריאָגט אים,
5 דערום װעלן די רשעים נישט באַשטײן פֿאַרן משפּט,
און די זינדיקע אין דער עדה פֿון די צדיקים,
6 װאָרעם ה׳ מערקט דעם װעג פֿון די צדיקים,
און דער װעג פֿון די רשעים װעט אונטערגײן.