Publicidade

Salmos 71

1 אין דיר, ה׳, טו איך מיך שיצן,

לאָמיך קײן מאָל נישט פֿאַרשעמט װערן.

2 אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו מיך מציל זײַן,

און מיך מאַכן אַנטרינען;

נײַג צו דײַן אױער צו מיר, און העלף מיך.

3 זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונג

װוּהין תּמיד צו קומען;

באַשער מיר צו העלפֿן,

װאָרעם דו ביסט מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג.

4 מײַן ג-ט, מאַך מיך אַנטרינען פֿון דער האַנט פֿון רשע,

פֿון פֿױסט פֿון דעם פֿאַרברעכער און דריקער.

5 װאָרעם דו ביסט מײַן האָפֿענונג, ה׳ אֲדֹנָי,

מײַן פֿאַרזיכערונג פֿון מײַן יוגנט אָן.

6 אױף דיר האָב איך זיך אָנגעלענט פֿון מוטערלײַב,

פֿון מײַן מוטערס אינגעװײד האָסט דו מיך אַרױסגעצױגן;

מײַן לױב איז תּמיד פֿון דיר.

7 װי אַ בײזװוּנדער בין איך געװאָרן בײַ פֿיל,

אָבער דו ביסט מײַן שטאַרקע באַשיצונג.

8 מײַן מױל איז אָנגעפֿילט מיט דײַן לױב,

אַ גאַנצן טאָג מיט דײַן רימונג.

9 זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן אין צײַט פֿון זִקנה,

אַז מײַנע כּוחות גײען אױס, זאָלסטו מיך נישט פֿאַרלאָזן.

10 װאָרעם מײַנע פֿײַנט רעדן װעגן מיר,

און די לױערער אױף מײַן זעל עֵצהן זיך אין אײנעם,

11 אַזױ צו זאָגן: אלֹקים האָט אים פֿאַרלאָזן;

יאָגט נאָך און כאַפּט אים,

װאָרעם נישטאָ װער זאָל מציל זײַן.

12 אלֹקים, זאָלסט זיך נישט דערװײַטערן פֿון מיר;

מײַן ג-ט, אײַל מיר צו הילף.

13 זאָלן פֿאַרשעמט װערן, זאָלן אױסגײן

די שָׂונאים פֿון מײַן לעבן;

זאָלן באַדעקט װערן מיט חרפּה און שאַנד

די װאָס זוכן מיר בײז.

14 אָבער איך װעל תּמיד האָפֿן,

און װעל נאָך צולײגן צו אַל דײַן לױב.

15 מײַן מױל װעט דערצײלן דײַן גערעכטיקײט,

אַ גאַנצן טאָג דײַן הילף;

װאָרעם איך קען נישט אױסדערצײלן.

16 איך װעל קומען מיט די גבֿורות פֿון אֲדֹנָי ה׳,

איך װעל דערמאָנען דײַן גערעכטיקײט, דײַנע אַלײן.

17 אלֹקים, האָסט מיך געלערנט פֿון מײַן יוגנט אָן,

און ביז אַהער דערצײל איך דײַנע װוּנדער.

18 און אױך ביז זִקנה און גראָער עלטער, אלֹקים,

זאָלסטו מיך נישט פֿאַרלאָזן,

ביז איך װעל דערצײלן דײַן מאַכט צום אַנדערן דור,

צו איטלעכן װאָס װעט קומען, דײַן גבֿורה.

19 יאָ, דײַן גערעכטיקײט, אלֹקים, איז ביזן הימל,

דו װאָס האָסט אױפֿגעטאָן גרױס.

אלֹקים, װער איז דײַן גלײַכן?

20 דו װאָס האָסט מיך געלאָזט זען פֿיל צרות און בײזן,

װעסט װידער מיך אױפֿלעבן,

און פֿון די תּהומען פֿון דער ערד

װעסטו װידער מיך אױפֿברענגען.

21 װעסט מערן מײַן גדוּלה,

און װעסט װידער מיך טרײסטן.

22 דרומעך װעל איך דיך לױבן אױף אַ גיטאַר –

דײַן געטרײַשאַפֿט, מײַן ג-ט;

איך װעל שפּילן צו דיר אױף אַ האַרף,

דו הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.

23 מײַנע ליפּן װעלן זינגען,

אַז איך װעל שפּילן צו דיר,

און מײַן זעל װאָס דו האָסט אױסגעלײזט.

24 אױך מײַן צונג אַ גאַנצן טאָג

װעט רעדן דײַן גערעכטיקײט,

װאָרעם פֿאַרשעמט, װאָרעם צו שאַנד װערן

די װאָס זוכן מיר בײז.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-