Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 79

1 אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.

אלֹקים, פֿעלקער זײַנען געקומען אין דײַן אַרב;

זײ האָבן פֿאַראומרײניקט דײַן הײליקן הֵיכל,

זײ האָבן געמאַכט ירושָלַיִם פֿאַר הױפֿנס.

2 זײ האָבן געגעבן די טױטע לײַבער פֿון דײַנע קנעכט

פֿאַר שפּײַז צו דעם פֿױגל פֿון הימל,

דאָס פֿלײש פֿון דײַנע פֿרומע צו דער חיה פֿון דער ערד.

3 זײ האָבן פֿאַרגאָסן זײער בלוט אַזױ װי װאַסער, אַרום ירושָלַיִם,

און נישט געװען קײן באַגרעבער.

4 מיר זײַנען געװאָרן אַ חרפּה בײַ אונדזערע שכנים,

אַ געלעכטער און אַ שפּאָט בײַ אונדזערע אַרומיקע.

5 ביז װען ה׳ װעסטו צערענען אױף אײביק?

װעט ברענען װי פֿײַער דײַן קִנְאָה צאָרן?

6 גיס אױס דײַן גרימצאָרן אױף די פֿעלקער

װאָס קענען דיך נישט,

און אױף די קיניגרײַכן

װאָס רופֿן נישט דײַן נאָמען.

7 װאָרעם מע האָט אױפֿגעגעסן יעקבֿ,

און זײַן װױנונג האָבן זײ פֿאַרװיסט.

8 זאָלסט אונדז נישט דערמאָנען די זינד פֿון די פֿריִערדיקע,

גיך זאָל אונדז אַנטקעג? קומען דײַן דערבאַרעמונג,

װאָרעם מיר זײַנען געפֿאַלן זײער.

9 שטײ אונדז בײַ, אלֹקים פֿון אונדזער הילף,

צוליב דעם כּבֿוד פֿון דײַן נאָמען,

און זײַ אונדז מציל, און זײַ מכַפּר אױף אונדזערע זינד,

פֿון װעגן דײַן נאָמען.

10 נאָך װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער: װוּ איז זײער ג-ט?

זאָל באַװוּסט װערן צװישן די פֿעלקער פֿאַר אונדזערע אױגן

די נקמה פֿאַר דעם פֿאַרגאָסענעם בלוט פֿון דײַנע קנעכט.

11 זאָל קומען פֿאַר דיר דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם,

לױט דער גרױסקײט פֿון דײַן אָרעם

לאָז לעבן די אָנגעברײטע צום טױט,

12 און קער אום אונדזערע שכנים זיבנפֿאַכיק אין זײער בוזעם,

זײער לעסטערונג װאָס זײ האָבן דיך געלעסטערט, אֲדֹנָי.

13 און מיר, דײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג,

װעלן דיר דאַנקען אױף אײביק,

אױף דור-דורות װעלן מיר דערצײלן דײַן לױב.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.