1 הַלְלוּ יָהּ.
װױל צו דעם מאַן װאָס האָט מורא פֿאַר ה׳,
װאָס נאָך זײַנע געבאָט טוט ער גאַרן זײער.
2 מאַכטיק אין לאַנד װעט זײַן זײַן קינדער;
דער דור פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײַן געבענטשט.
3 גוטס און עשירות איז בײַ אים אין הױז,
און זײַן גערעכטיקײט באַשטײט אױף אײביק.
4 ער שײַנט פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע װי אַ ליכט אין דער פֿינצטער,
ער איז לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק און גערעכט.
5 גוט איז דער מאַן װאָס איז לײַטזעליק און לײַט,
װאָס פֿירט זײַנע זאַכן מיט גערעכטיקײט.
6 װאָרעם ער װעט קײן מאָל נישט אומפֿאַלן;
צו אײביקער געדעכעניש װעט זײַן דער צדיק.
7 פֿאַר אַ בײזער בשׂורה האָט ער נישט מורא,
פֿעסט איז זײַן האַרץ, ער איז בטוח אױף ה׳.
8 זיכער איז זײַן האַרץ, ער האָט נישט קײן מורא,
ביז ער זעט זיך אָן אױף זײַנע פֿײַנט.
9 ער טײלט פֿונאַנדער, ער גיט די באַדערפֿטיקע,
זײַן צדקה באַשטײט אױף אײביק;
זײַן האָרן װעט דערהױבן זײַן אין כּבֿוד.
10 דער רשע װעט זען און זיך ערגערן,
זײַנע צײן װעט ער קריצן און װעט צעגאַנגען װערן;
דער באַגער פֿון די רשעים װעט אונטערגײן.