Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 11

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿון דָוִדן.

אין ה׳ טו איך מיך שיצן;

װי קענט איר זאָגן צו מײַן זעל:

אַנטלױף! צו אײַער באַרג, איר פֿױגלען?

2 װאָרעם זע, די רשעים שפּאַנען דעם בױגן,

זײ האָבן אָנגעשטעלט זײער פֿײַל אױפֿן שטריקל,

צו שיסן אין דער פֿינצטער די רעכטפֿאַרטיקע הערצער

3 אַז די גרונטזײַלן װערן צעשטערט,

װאָס קענען די צדיקים טאָן?

4 ה׳ איז אין זײַן הײליקן הֵיכל,

ה׳ זײַן טראָן איז אין הימל;

זײַנע אױגן זעען,

זײַנע ברעמען פּרוּװן די מענטשנקינדער.

5 ה׳ פּרוּװט דעם צדיק,

אָבער דער רשע און דעם װאָס האָט ליב רױב,

האָט פֿײַנט זײַן זעל.

6 ער װעט מאַכן רעגענען אױף די רשעים

קױלן, פֿײַער, און שװעבל;

און אַ ברענעדיקער װינט

איז זײער צוגעטײלטער כָּוס.

7 װאָרעם גערעכט איז ה׳, די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זען זײַן פּנים.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também