Publicidade

Josué 8

1 און ה׳ האָט געזאָגט צו יְהוֹשועַן: זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן; נעם מיט דיר דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק, און שטײ אױף, גײ אַרױף אױף עַי; זע, איך האָב געגעבן אין דײַן האַנט דעם מלך פֿון עַי, און זײַן פֿאָלק, און זײַן שטאָט, און זײַן לאַנד. 2 און זאָלסט טאָן צו עַי און צו איר מלך, אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו יריחוֹ און צו איר מלך; נאָר איר זאַקרױב און אירע בהמות זאָלט איר רױבן פֿאַר אײַך. שטעל דיר לױערער אױף דער שטאָט פֿון הינטער איר.

3 איז אױפֿגעשטאַנען יְהוֹשועַ, און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק, אַרױפֿצוגײן אױף עַי; און יְהוֹשועַ האָט אױסגעװײלט דרײַסיק טױזנט מאַן העלדישע גיבוֹרים, און האָט זײ אַװעקגעשיקט בײַ נאַכט. 4 און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: זעט, איר זאָלט לױערן אױף דער שטאָט פֿון הינטער דער שטאָט; איר זאָלט זיך נישט דערװײַטערן זײער פֿון דער שטאָט, און זײַט אַלע אָנגעברײט. 5 און איך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט מיר װעלן גענענען צו דער שטאָט; און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן אַרױסגײן אַקעגן אונדז, אַזױ װי צוערשט, װעלן מיר אַנטלױפֿן פֿאַר זײ. 6 און זײ װעלן אַרױסגײן נאָך אונדז, ביז מיר װעלן זײ אַװעקציען פֿון דער שטאָט, װאָרעם זײ װעלן זאָגן: זײ אַנטלױפֿן פֿאַר אונדז אַזױ װי צוערשט; און מיר װעלן אַנטלױפֿן פֿאַר זײ. 7 און איר װעט אױפֿשטײן פֿון דער לױער, און װעט פֿאַרנעמען די שטאָט, און ה׳ אלוקיכם װעט זי געבן אין אײַער האַנט. 8 און עס װעט זײַן, װי איר פֿאַרכאַפּט די שטאָט, זאָלט איר אָנצינדן די שטאָט אין פֿײַער; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ זאָלט איר טאָן; זעט, איך האָב אײַך באַפֿױלן.

9 און יְהוֹשועַ האָט זײ געשיקט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו דעם לױעראָרט, און זײַנען געזעסן צװישן בֵית-אֵל און צװישן עַי, אין מערבֿ פֿון עַי. און יְהוֹשועַ האָט גענעכטיקט יענע נאַכט צװישן דעם פֿאָלק.

10 און יְהוֹשועַ האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק, און ער און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק אױף עַי. 11 און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק װאָס מיט אים איז אַרױפֿגעגאַנגען, און זײ האָבן גענענט, און זײַנען געקומען אַקעגן דער שטאָט, און האָבן געלאַגערט אין צפֿון פֿון עַי; און דער טאָל איז געװען צװישן אים און צװישן עַי. 12 און ער האָט גענומען אַרום פֿינף טױזנט מאַן, און האָט זײ געשטעלט פֿאַר לױערער צװישן בֵית-אֵל און צװישן עַי, אין מערבֿ פֿון עַי. 13 אַזױ האָבן זײ אױסגעשטעלט דאָס פֿאָלק, די גאַנצע מחנה װאָס אין צפֿון פֿון דער שטאָט, און זײער הינטער-חיל אין מערבֿ פֿון דער שטאָט. און יְהוֹשועַ איז געגאַנגען אין יענער נאַכט אין מיטן טאָל.

14 און עס איז געװען, װי דער מלך פֿון עַי האָט דערזען, אַזױ האָבן די מענטשן פֿון דער שטאָט זיך געאײַלט, און זײ האָבן זיך געפֿעדערט, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן יִשׂרָאֵל אױף מלחמה, ער און זײַן גאַנץ פֿאָלק, אין דער אָפּגערעדטער צײַט, פֿאַר דעם פּלױן, און ער האָט נישט געװוּסט אַז לױערער זײַנען אױף אים פֿון הינטער דער שטאָט. 15 און יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן זיך געמאַכט װי געשלאָגן פֿאַר זײ, און זײַנען אַנטלאָפֿן אױפֿן װעג פֿון מדבר.

16 און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין עַי איז צונױפֿגערופֿן געװאָרן, זײ נאָכצוּיאָגן; און זײ האָבן נאָכגעיאָגט יְהוֹשועַן, און זײַנען אַװעקגעצױגן געװאָרן פֿון דער שטאָט. 17 און עס איז נישט געבליבן אַ מענטש אין עַי און אין בֵית-אֵל, װאָס איז נישט אַרױסגעגאַנגען נאָך יִשׂרָאֵל; און זײ האָבן געלאָזט די שטאָט אָפֿן, און נאָכגעיאָגט יִשׂרָאֵל.

18 האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: שטרעק אױס דעם שפּיז װאָס אין דײַן האַנט אַקעגן דער שטאָט עַי, װאָרעם אין דײַן האַנט װעל איך זי געבן. און יְהוֹשועַ האָט אױסגעשטרעקט דעם שפּיז װאָס אין זײַן האַנט אַקעגן דער שטאָט. 19 און די לױערער זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף גיך פֿון זײער אָרט, און זײ זײַנען געלאָפֿן װי ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און זײַנען אַרײַן אין דער שטאָט, און האָבן זי באַצװוּנגען; און זײ האָבן געאײַלט און האָבן אָנגעצונדן די שטאָט אין פֿײַער. 20 און די מענטשן פֿון עַי האָבן זיך אומגעקערט הינטער זיך, און דערזען, ערשט דער רױך פֿון דער שטאָט איז אַרױף צום הימל, און זײ האָבן נישט געהאַט אין זיך כּוֹח צו לױפֿן אַהין אָדער אַהער. און דאָס פֿאָלק װאָס איז אַנטלאָפֿן צום מדבר, האָט זיך אומגעקערט אױף די נאָכיאָגער. 21 און װי יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געזען אַז די לױערער האָבן באַצװוּנגען די שטאָט, און אַז דער רױך פֿון דער שטאָט איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָבן זײ זיך אומגעקערט, און האָבן געשלאָגן די מענטשן פֿון עַי. 22 און יענע זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער שטאָט אַקעגן זײ, אַזױ אַז זײ זײַנען געװען אין מיטן פֿון יִשׂרָאֵל, די אױף דער זײַט, און די אױף יענער זײַט. און זײ האָבן זײ געשלאָגן ביז זײ נישט איבערצולאָזן אַ געבליבענעם אָדער אַנטרונענעם. 23 און דעם מלך פֿון עַי האָבן זײ געכאַפּט אַ לעבעדיקן, און אים געבראַכט צו יְהוֹשועַן.

24 און עס איז געװען, אַז די יִשׂרָאֵל האָבן געענדיקט אױסהרגען אַלע באַװױנער פֿון עַי, אױפֿן פֿעלד אין דעם מדבר װאָס זײ האָבן זײ נאָכגעיאָגט אין אים, און זײ זײַנען אַלע געפֿאַלן דורכן שאַרף פֿון שװערד ביז זײ זײַנען פֿאַרלענדט געװאָרן, האָבן גאַנץ יִשׂרָאֵל זיך אומגעקערט קײן עַי, און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד.

25 און אַלע װאָס זײַנען געפֿאַלן אין יענעם טאָג, פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, זײַנען געװען צװעלף טױזנט; אַלע מענטשן פֿון עַי. 26 און יְהוֹשועַ האָט נישט צוריקגעצױגן זײַן האַנט װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט מיטן שפּיז, ביז ער האָט פֿאַרװיסט אַלע באַװױנער פֿון עַי. 27 נאָר די בהמות און דעם זאַקרױב פֿון יענער שטאָט האָבן די יִשׂרָאֵל גערױבט פֿאַר זיך, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט באַפֿױלן יְהוֹשועַן. 28 און יְהוֹשועַ האָט פֿאַרברענט עַי, און האָט זי געמאַכט פֿאַר אַן אײביקן חורבֿה-הױפֿן, אַ װיסטעניש ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 29 און דעם מלך פֿון עַי האָט ער אױפֿגעהאַנגען אױף אַ בױם ביז אָװנטצײַט; און װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, האָט יְהוֹשועַ באַפֿױלן, און מע האָט אַראָפּגענומען זײַן טױטן לײַב פֿון דעם בױם, און אים אַװעקגעװאָרפֿן פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון דעם שטאָטטױער, און מע האָט אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ גרױסן הױפֿן שטײנער װאָס שטײט ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

30 דענצמאָל האָט יְהוֹשועַ געבױט אַ מזבח צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אױפֿן באַרג עֵיבֿל, 31 אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װי עס שטײט געשריבן אין בוך פֿון תּוֹרת-משה; אַ מזבח פֿון גאַנצע שטײנער, װאָס מע האָט אױף זײ נישט אױפֿגעהױבן אַן אײַזן. און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט אױף אים בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, און געשלאַכט פֿרידאָפּפֿער. 32 און ער האָט דאָרטן אױפֿגעשריבן אױף די שטײנער אַן איבערחזרונג פֿון תּוֹרת-משה, װאָס ער האָט געשריבן אין אָנגעזיכט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 33 און גאַנץ יִשׂרָאֵל, און זײערע עלטסטע און אױפֿזעער, און זײערע ריכטער, זײַנען געשטאַנען פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט פֿון אָרון, פֿאַר די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ג-טס ברית – אַזױ דער פֿרעמדער װי דער אײַנגעבאָרענער, העלפֿט פֿון זײ אַקעגן באַרג גרִזים, און העלפֿט פֿון זײ אַקעגן באַרג עֵיבֿל, אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט פֿון פֿריער באַפֿױלן, צו בענטשן דאָס פֿאָלק יִשׂרָאֵל. 34 און דערנאָך האָט ער געלײענט אַלע װערטער פֿון דער תּורה, די ברכה און די קללה, אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן אין בוך פֿון דער תּורה. 35 נישט געװען אַ װאָרט פֿון אַלץ װאָס משה האָט באַפֿױלן, װאָס יְהוֹשועַ האָט נישט געלײענט פֿאַר דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל, און די װײַבער און די קלײנע קינדער, און דעם פֿרעמדן װאָס איז מיטגעגאַנגען צװישן זײ.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-