1 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט זיך אײַנגעזאַמלט אין שילוֹ, און זײ האָבן דאָרטן אױפֿגעשטעלט דעם אוֹהל-מוֹעד; און דאָס לאַנד איז געלעגן באַצװוּנגען פֿאַר זײ.
2 אָבער עס זײַנען נאָך געבליבן צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל די װאָס האָבן נישט געקריגן אײַנגעטײלט זײער נחלה, זיבן שבֿטים. 3 האָט יְהוֹשועַ געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: ביז װאַנען װעט איר זיך פֿױלן צו גײן אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן האָט אײַך געגעבן? 4 קריגט אײַך דרײַ מאַן פֿון אַ שבֿט, און איך װעל זײ שיקן, און זײ זאָלן אױפֿשטײן און אַרומגײן אין לאַנד, און זײ זאָלן עס פֿאַרשרײַבן לױט זײער נחלה, און קומען צו מיר.
5 און זײ זאָלן זיך עס צעטײלן אין זיבן חלקים: יהוּדה זאָל בלײַבן בײַ זײַן געמאַרק אין דָרום, און דאָס הױז פֿון יוֹסף זאָלן בלײַבן בײַ זײער געמאַרק אין צפֿון. 6 און איר זאָלט פֿאַרשרײַבן דאָס לאַנד אין זיבן חלקים, און ברענגען צו מיר אַהער, און איך װעל אײַך װאַרפֿן גורל דאָ פֿאַר ה׳ אלוקינו. 7 װאָרעם די לוִיִים האָבן נישט קײן חלק צװישן אײַך, װײַל די כּהונה פֿון ה׳ איז זײער נחלה; און גָד, און ראובֿן, און דער האַלבער שבֿט מנַשֶה, האָבן געקריגן זײער נחלה פֿון יענער זײַט יַרדן צו מזרח, װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט זײ געגעבן.
8 זײַנען אױפֿגעשטאַנען די מענער און זײ זײַנען געגאַנגען; און יְהוֹשועַ האָט באַפֿױלן די װאָס זײַנען געגאַנגען פֿאַרשרײַבן דאָס לאַנד, אַזױ צו זאָגן: גײט, און װאַנדערט אַרום אין לאַנד, און פֿאַרשרײַבט עס, און קערט זיך אום צו מיר, און איך װעל אײַך דאָ װאַרפֿן גורל פֿאַר ה׳ אין שילוֹ. 9 און די מענער זײַנען געגאַנגען, און האָבן דורכגעצױגן דורכן לאַנד, און האָבן עס פֿאַרשריבן לױט די שטעט, אין זיבן חלקים, אין אַ בוך, און זײ זײַנען געקומען צו יְהוֹשועַן אין לאַגער קײן שילוֹ. 10 און יְהוֹשועַ האָט זײ געװאָרפֿן גורל אין שילוֹ פֿאַר ה׳, און יְהוֹשועַ האָט דאָרטן צעטײלט דאָס לאַנד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לױט זײערע אײַנטײלונגען.
11 איז אַרױפֿגעקומען דער גורל פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות; און דער געמאַרק פֿון זײער גורל איז אױסגעקומען צװישן די קינדער פֿון יהוּדה און צװישן די קינדער פֿון יוֹסף. 12 און דער געמאַרק צו צפֿון-זײַט איז זײ געװען פֿון יַרדן; און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צום רוקן פֿון יריחוֹ אין צפֿון, און איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג צו מערבֿ; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם מדבר פֿון בֵית-אָוֶן. 13 און דער געמאַרק איז אַריבער פֿון דאָרטן צו לוז, צום רוקן פֿון לוז – דאָס איז בֵית-אֵל – צו דָרום; און דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צו עַטרוֹת-אַדָר בײַם באַרג װאָס צו דָרום פֿון דער אונטערשטער בֵית-חוֹרוֹן. 14 און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן, און זיך אױסגעדרײט צו מערבֿ-זײַט, צו דָרום פֿון דעם באַרג װאָס פֿאַר בֵית-חוֹרוֹן צו דָרום; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַ קִריַת-בַעַל – דאָס איז קִריַת-יְעָרים – אַ שטאָט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה. דאָס איז די מערבֿ-זײַט. 15 און די דָרום-זײַט איז געװען פֿון עק קִריַת-יְעָרים; און דער געמאַרק איז אַרױסגעגאַנגען צו מערבֿ, און איז אַרױסגעקומען בײַם קװאַל פֿון די װאַסערן פֿון נֶפֿתּוֹחַ. 16 און דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צום עק באַרג װאָס פֿאַר דעם טאָל פֿון בן-הִנוֹם, װאָס אין טאָל רפֿאים צו צפֿון; און ער האָט אַראָפּגענידערט צו דעם טאָל פֿון הִנוֹם, צום רוקן פֿון דעם יבֿוסי צו דָרום, און איז אַראָפּגעגאַנגען קײן עֵין-רוֹגֵל. 17 און ער האָט זיך געצױגן פֿון צפֿון, און איז אַרױסגעקומען בײַ עֵין-שֶמֶש, און איז אַרױס צו גלילוֹת װאָס אַקעגן דעם אַרױפֿגאַנג פֿון אַדוּמים, און האָט אַראָפּגענידערט צו דעם שטײן פֿון בוֹהַן דעם זון פֿון ראובֿן.
18 און ער איז אַריבער צום רוקן אַקעגן דעם פּלױן צו צפֿון, און האָט אַראָפּגענידערט צום פּלױן. 19 און דער געמאַרק איז אַריבער צום רוקן פֿון בֵית-חָגלָה צו צפֿון; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז געװען בײַ דער צונג פֿון יַם-הַמֶלַח צו צפֿון, בײַם עק יַרדן צו דָרום. דאָס איז דער געמאַרק פֿון דָרום. 20 און דער יַרדן גרענעצט עס צו מזרח-זײַט. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט אירע געמאַרקן, רונד אַרום, לױט זײערע משפּחות.
21 און די שטעט פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות זײַנען געװען יריחוֹ, און בֵית-חָגלָה, און עֵמֶק-קציץ; 22 און בֵית-עַרָבֿה, און צמָרַיִם, און בֵית-אֵל; 23 און עַוִים, און פּרָה, און עָפֿרָה; 24 און כּפֿר-עַמוֹנָה, און עָפֿני, און גֶבַֿע; צװעלף שטעט מיט זײערע דערפֿער.
25 גִבֿעוֹן, און רָמָה, און באֵרוֹת; 26 און מִצפֵּה, און כּפֿירָה, און מוֹצָה; 27 און רֶקֶם, און יִרפּאֵל, און תַּראַלָה; 28 און צֵלַע, צֵלַע הָאֶלֶף, און דער יבֿוסי – דאָס איז ירושָלַיִם – גִבֿעַת, קִריַת; פֿערצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות.