Publicidade

Josué 1

1 און עס איז געװען נאָך דעם טױט פֿון משה דעם קנעכט פֿון ה׳, האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, דעם באַדינער פֿון משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 משה מײַן קנעכט איז געשטאָרבן; און אַצונד שטײ אױף, און גײ אַריבער דעם דאָזיקן יַרדן, דו און דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק, צו דעם לאַנד װאָס איך גיב זײ – די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 3 יעטװעדער אָרט װאָס אײַער פֿוסטריט װעט דערױף טרעטן, האָב איך אײַך אים געגעבן, אַזױ װי איך האָב גערעדט צו משהן. 4 פֿון דעם מדבר, און דעם דאָזיקן לבֿנוֹן, און ביזן גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת, דאָס גאַנצע לאַנד פֿון די חִתּים, און ביזן יַם-הַגָדול, צו זון-אונטערגאַנג, װעט זײַן אײַער געמאַרק. 5 קײנער װעט נישט באַשטײן פֿאַר דיר אַלע טעג פֿון דײַן לעבן; אַזױ װי איך בין געװען מיט משהן, װעל איך זײַן מיט דיר; איך װעל דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פֿאַרלאָזן. 6 זײַ שטאַרק און פֿעסט, װאָרעם דו װעסט דאָס דאָזיקע פֿאָלק מאַכן אַרבן דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן. 7 נאָר זײַ זײער שטאַרק און פֿעסט צו היטן צו טאָן אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע תּורה װאָס משה מײַן קנעכט האָט דיר באַפֿױלן; זאָלסט דערפֿון נישט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס, כּדי זאָלסט באַגליקן אומעטום װוּ דו װעסט גײן. 8 דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּורה זאָל זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און זאָלסט טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט, כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרעם דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן אין דײַנע װעגן, און דענצמאָל װעסטו באַגליקן. 9 פֿאַר װאָר, איך זאָג דיר אָן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט פֿאָרכטן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז מיט דיר אומעטום װוּ דו װעסט גײן.

10 האָט יְהוֹשועַ באַפֿױלן די אױפֿזעער פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 11 גײט דורך אין לאַגער, און באַפֿעלט דעם פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: גרײט אײַך אָן צערונג, װאָרעם אין דרײַ טעג אַרום גײט איר אַריבער דעם דאָזיקן יַרדן, צו קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ אלוקיכם גיט אײַך, עס צו אַרבן.

12 און צו די ראובֿנים, און צו די גָדים, און צום האַלבן שבֿט מנַשֶה, האָט יְהוֹשועַ געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: 13 געדענקט די זאַך װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט אײַך באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: ה׳ אלוקיכם באַרוט אײַך, און װעט אײַך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד. 14 זאָלן אײַערע װײַבער, אײַערע קלײנע קינדער, און אײַער פֿיך, בלײַבן אין דעם לאַנד װאָס משה האָט אײַך געגעבן אױף דער זײַט יַרדן, און איר, אַלע העלדישע גיבוֹרים, זאָלט אַריבערגײן באַװאָפֿנטע פֿאַרױס פֿאַר אײַערע ברידער, און זײ העלפֿן. 15 ביז װאַנען ה׳ װעט באַרוען אײַערע ברידער אַזױ װי אײַך, און אױך זײ װעלן אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ אלוקיכם גיט זײ. דענצמאָל װעט איר זיך אומקערן צו דעם לאַנד פֿון אײַער אַרבונג, און װעט עס אַרבן – װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט אײַך געגעבן אױף דער זײַט יַרדן, צו זונאױפֿגאַנג.

16 האָבן זײ געענטפֿערט יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן: אַלץ װאָס דו האָסט אונדז באַפֿױלן, װעלן מיר טאָן, און אומעטום װוּ דו װעסט אונדז שיקן, װעלן מיר גײן. 17 גענױ װי מיר האָבן צוגעהערט צו משהן, אַזױ װעלן מיר צוהערן צו דיר; זאָל נאָר ה׳ דײַן ג-ט זײַן מיט דיר, אַזױ װי ער איז געװען מיט משהן. 18 איטלעכער מאַן װאָס װעט װידערשפּעניקן דײַן מױל, און װעט נישט צוהערן דײַנע װערטער, לױט אַלץ װאָס דו װעסט אים באַפֿעלן, זאָל געטײט װערן; נאָר זײַ שטאַרק און פֿעסט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-