1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
2 די הימלען דערצײלן דעם כּבֿוד פֿון אֵל,
און די װערק פֿון זײַנע הענט זאָגט דער הימלװעלב אָן.
3 אַ טאָג צו אַ טאָג רעדט אַ װאָרט,
און אַ נאַכט צו אַ נאַכט גיט צו װיסן,
4 נישטאָ אַ װאָרט און נישטאָ קײן געשעענישן,
װוּ זײער װידער-קֹול װערט נישט געהערט;
5 איבער דער גאַנצער ערד גײט אַרױס זײער קלאַנג,
און ביז עק װעלט זײערע רײד.
פֿאַר דער זון האָט ער געמאַכט אַ געצעלט אין זײ;
6 און ער גײט אַרױס װי אַ חתן פֿון זײַן קאַמער.
ער פֿרײט זיך װי אַ גיבור צו לױפֿן דעם װעג.
7 פֿון עק פֿון די הימלען איז זײַן אױסגאַנג,
און זײַן אַרומדרײ איז ביז זײערע עקן,
און נישטאָ קײן פֿאַרבאָרגנס פֿון זײַן היץ.
8 די תּורה פֿון ה׳ איז גאַנץ,
זי באַקערט די נשמה;
דער צײגנים פֿון ה׳ איז זיכער,
ער מאַכט קלוג דעם נאַרן.
9 די באַפֿעלן פֿון ה׳ זײַנען רעכטפֿאַרטיק,
זײ דערפֿרײען דאָס האַרץ;
דאָס געבאָט פֿון ה׳ איז לױטער,
עס מאַכט ליכטיק די אױגן.
10 די מורא פֿאַר ה׳ איז רײן,
זי באַשטײט אױף אײביק;
די משפּטים פֿון ה׳ זײַנען אמת,
זײ זײַנען אַלע גערעכט;
11 זײ זײַנען גלוסטיקער פֿון גאָלד,
און פֿון גינגאָלד אַ סך,
און זיסער פֿון האָניק, און טריפֿהאָניק.
12 אױך דײַן קנעכט װערט געװאָרנט אין זײ;
אין היטן זײ איז גרױס שׂכַר פֿאַראַן.
13 פֿאַרזעען װער קען מערקן?
פֿון פֿאַרבאָרגענע טו מיך רײניקן.
14 אױך פֿאַרמײַד דײַן קנעכט פֿון מוטװיליקע,
זײ זאָלן נישט געװעלטיקן איבער מיר;
דענצמאָל װעל איך גאַנץ זײַן,
און װעל רײן זײַן פֿון פֿאַרברעך אַ סך.
15 זאָלן זײַן צו באַװיליקונג די װערטער פֿון מײַן מױל,
און די טראַכטונג פֿון מײַן האַרצן פֿאַר דיר,
ה׳ מײַן פֿעלדז, און מײַן דערלײזער.