1 זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג,
זינגט צו ה׳, די גאַנצע ערד.
2 זינגט צו ה׳, בענטשט זײַן נאָמען,
זײט מבֿשׂר פֿון טאָג צו טאָג זײַן ישועה.
3 דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַן כּבֿוד,
צװישן אַלע אומות זײַנע װוּנדער.
4 װאָרעם גרױס איז ה׳, און זײער געלױבט,
ער איז פֿאָרכטיק איבער אַלע ג‑טער;
5 װאָרעם די ג‑טער פֿון אַלע פֿעלקער זײַנען נישטיק,
און ה׳ האָט די הימלען געמאַכט.
6 גלאַנץ און שײנקײט זײַנען פֿאַר זײַן פּנים,
שטאַרקײט און פּראַכט אין זײַן מִקדָש.
7 גיט צו ה׳, איר משפּחות פֿון די פֿעלקער,
גיט צו ה׳ כּבֿוד און שטאַרקײט.
8 גיט צו ה׳ דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען,
ברענגט אַ מִנְחָה, און קומט אין זײַנע הױפֿן.
9 בוקט זיך צו ה׳ מיט הײליקן אָפּשײַ,
ציטערט פֿאַר אים, די גאַנצע ערד.
10 זאָגט צװישן די פֿעלקער: ה׳ טוט קיניגן;
אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך נישט װאַקלען,
ער װעט משפּטן די פֿעלקער מיט יושר.
11 זאָלן זיך פֿרײען די הימלען, און זאָל לוסטיק זײַן די ערד,
זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט.
12 זאָל פֿרײלעך זײַן דאָס פֿעלד און אַלץ װאָס דערין;
דענצמאָל זאָלן זינגען אַלע בײמער פֿון װאַלד;
13 פֿאַר ה׳, װאָרעם ער קומט,
װאָרעם ער קומט משפּטן די ערד;
ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,
און די פֿעלקער מיט זײַן װאָרהאַפֿטיקײט.