1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל, אױף שמינית; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
2 נישט אין דײַן כּעס זאָלסטו מיך מוסרן, ה׳,
און נישט אין דײַן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן.
3 לײַטזעליק מיך, ה׳,
װאָרעם איך װער פֿאַרשניטן,
הײל מיך, ה׳,
װאָרעם מײַנע בײנער זײַנען דערשראָקן,
4 און מײַן זעל איז דערשראָקן זײער,
און דו ה׳, ביז װאַנען?
5 קער זיך אום, ה׳, דערלײז מײַן זעל,
העלף מיך פֿון װעגן דײַן גענאָד.
6 װאָרעם נישטאָ אין טױט דײַן דערמאָנונג,
אין שְׁאֹול װער װעט דיך לױבן?
7 איך בין מיד פֿון מײַן זיפֿצן,
איך באַװאַש אַלע נאַכט מײַן געלעגער,
איך מאַך צעגײן אין מײַנע טרערן מײַן בעט.
8 מאַט געװאָרן פֿון קומער איז מײַן אױג,
אַלט געװאָרן פֿון װעגן אַלע מײַנע פֿײַנט.
9 קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, אַלע טוער פֿון אומרעכט,
װאָרעם ה׳ האָט געהערט דעם קֹול פֿון מײַן געװײן.
10 ה׳ האָט געהערט מײַן געבעט,
ה׳ נעמט אָן מײַן תּפֿילה.
11 פֿאַרשעמט און דערשראָקן זײער
װעלן װערן אַלע מײַנע פֿײַנט;
זײ װעלן אָפּטרעטן פֿאַרשעמט אין אַ רגע.