1 און דָריָוֶש פֿון מָדַי האָט איבערגענומען די מלוכה, װען ער איז געװען אַרום צװײ און זעכציק יאָר אַלט. 2 איז װױלגעפֿעלן פֿאַר דָריָוֶשן, און ער האָט אַרױפֿגעזעצט איבער דעם קיניגרײַך הונדערט און צװאַנציק סאַטראַפּן, װאָס זאָלן זײַן אין גאַנצן קיניגרײַך; 3 און איבער זײ דרײַ אױפֿזעערס װאָס דָניאֵל איז געװען אײנער פֿון זײ; כּדי די דאָזיקע סאַטראַפּן זאָלן אָפּגעבן צו זײ רעכנשאַפֿט, און דער מלך זאָל נישט האָבן קײן הֶזק. 4 דענצמאָל האָט דער דאָזיקער דָניאֵל זיך אױסגעצײכנט איבער די אױפֿזעערס און די סאַטראַפּן, װײַל אַן אױסנאַמיקער גײַסט איז געװען אין אים; און דער מלך האָט געקלערט אים אַרױפֿצוזעצן איבער דעם גאַנצן קיניגרײַך. 5 דענצמאָל האָבן די אױפֿזעערס און די סאַטראַפּן געזוכט אַן אױסרעד אַקעגן דָניאֵלן בנוגע צו דער מלוכה, אָבער זײ האָבן קײן אױסרעד און קײן פֿעלער נישט געקענט געפֿינען, װײַל ער איז געװען געטרײַ, און קײן פֿאַרזע אָדער פֿעלער איז בײַ אים נישט געפֿונען געװאָרן.
6 האָבן דענצמאָל די דאָזיקע מענער געזאָגט: מיר װעלן נישט געפֿינען קײן אורזאַך אַקעגן דעם דאָזיקן דָניאֵלן, סײַדן מיר געפֿינען עס אין דעם געזעץ פֿון זײַן ג-ט. 7 דענצמאָל זײַנען די דאָזיקע אױפֿזעערס און סאַטראַפּן געקומען מיט אימפּעט צום מלך, און האָבן צו אים אַזױ געזאָגט: אײביק לעבן זאָל דער מלך דָריָוֶש! 8 אַלע אױפֿזעערס פֿון דער מלוכה, די הערשער, און די סאַטראַפּן, די ראַטגעבער, און די פֿירשטן, האָבן זיך באַקלערט, אַז דער מלך זאָל אױפֿשטעלן אַ געזעץ, און מאַכן אַ שטאַרקן פֿאַרװער, אַז איטלעכער װאָס װעט בעטן אַ געבעט פֿון װאָסער עס איז ג-ט אָדער מענטשן ביז דרײַסיק טעג, אַחוץ פֿון דיר, מלך, זאָל אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין דער גרוב פֿון לײבן. 9 אַצונד, מלך, זאָלסטו אױפֿשטעלן דעם פֿאַרװער, און חתמען דאָס געשריפֿטס, אַז מע זאָל עס נישט ענדערן, לױט דעם געזעץ פֿון מָדַי און פָּרַס װאָס װערט נישט בטל. 10 איבער דעם האָט דער מלך דָריָוֶש געחתמעט דאָס געשריפֿטס און דעם פֿאַרװער.
11 און דָניאֵל, אַז ער האָט זיך דערװוּסט אַז דאָס געשריפֿטס איז געחתמעט געװאָרן, איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין זײַן הױז – און ער האָט געהאַט פֿענצטער אין זײַן אױבערשטוב אָפֿן אַקעגן ירושָלַיִם – און דרײַ מאָל אין טאָג האָט ער געקניט אױף זײַנע קני, און תּפֿילה געטאָן, און געגעבן אַ לױב פֿאַר זײַן ג-ט, אַזױ װי ער פֿלעגט טאָן פֿריער. 12 דענצמאָל זײַנען די דאָזיקע מענער אַרײַן מיט אימפּעט, און האָבן געפֿונען דָניאֵלן, װי ער בעט און איז מתפּלל פֿאַר זײַן ג-ט. 13 האָבן זײ דענצמאָל גענענט, און האָבן גערעדט פֿאַר דעם מלך װעגן דעם מלכס פֿאַרװער: האָסטו נישט געחתמעט אַ פֿאַרװער, אַז איטלעכער מענטש װאָס װעט בעטן פֿון װאָסער עס איז ג-ט אָדער מענטשן ביז דרײַסיק טעג, אַחוץ פֿון דיר, מלך, זאָל אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין דער גרוב פֿון לײבן? האָט געענטפֿערט דער מלך און האָט געזאָגט: די זאַך איז פֿעסט, לױט דעם געזעץ פֿון מָדַי און פָּרַס װאָס טאָר נישט אָפּגעשאַפֿט װערן. 14 דענצמאָל האָבן זײ זיך אָפּגערופֿן און האָבן געזאָגט פֿאַרן מלך אַז: דָניאֵל װאָס איז פֿון די גלות-קינדער פֿון יהוּדה לײגט נישט אַכט אױף דיר, מלך, און אױף דעם פֿאַרװער װאָס דו האָסט געחתמעט, און דרײַ מאָל אין טאָג בעט ער זײַן געבעט.
15 דענצמאָל, אַז דער מלך האָט געהערט די זאַך, האָט אים זײער פֿאַרדראָסן, און ער האָט געלײגט דעם געדאַנקען אױף דָניאֵלן, אים צו ראַטעװען, און ביז זון-אונטערגאַנג האָט ער זיך געמיט אים מציל צו זײַן. 16 דענצמאָל זײַנען די דאָזיקע מענער געקומען מיט אימפּעט צום מלך, און האָבן געזאָגט צום מלך: זײַ װיסן, מלך, אַז עס איז אַ געזעץ פֿון מָדַי און פָּרַס, אַז איטלעך פֿאַרװער אָדער באַפֿעל װאָס דער מלך שטעלט אױף, איז נישט צום ענדערן.
17 דענצמאָל האָט דער מלך באַפֿױלן, און מע האָט געבראַכט דָניאֵלן און אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער גרוב פֿון לײבן. האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און האָט געזאָגט צו דָניאֵלן: דײַן ג-ט װאָס דו דינסט צו אים שטענדיק, ער װעט דיך מציל זײַן. 18 און אַ שטײן איז געבראַכט געװאָרן, און איז אַרױפֿגעלײגט געװאָרן אױפֿן מױל פֿון דער גרוב, און דער מלך האָט עס פֿאַרחתמעט מיט זײַן זיגלרינג און מיט דעם זיגלרינג פֿון זײַנע גרױסע לײַט, כּדי קײן זאַך זאָל נישט געענדערט װערן מיט דָניאֵלן. 19 דענצמאָל איז דער מלך אַװעק אין זײַן פּאַלאַץ, און ער האָט צוגעבראַכט די נאַכט אין פֿאַסטן, און פֿאַרװײַלונגען זײַנען נישט געבראַכט געװאָרן פֿאַר אים, און זײַן שלאָף האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון אים.
20 דענצמאָל איז דער מלך אױפֿגעשטאַנען באַגינען מיטן פֿרימאָרגנליכט, און איז האַסטיק אַװעק צו דער גרוב פֿון לײבן. 21 און װי ער האָט גענענט צו דער גרוב, האָט ער געשריען צו דָניאֵלן מיט אַ טרױעריקן קֹול; דער מלך האָט גערופֿן צו דָניאֵלן און האָט געזאָגט: דָניאֵל, דו קנעכט פֿון דעם אלֹקים החי, אלֹקיך װאָס דו האָט דינסט צו אים תּמיד, דיך געקענט מציל זײַן פֿון די לײבן? 22 דענצמאָל האָט דָניאֵל געזאָגט צום מלך: אײביק לעבן זאָל דער מלך! 23 מײַן ג-ט האָט געשיקט זײַן מלאך, און ער האָט פֿאַרשלאָסן דאָס מױל פֿון די לײבן, און זײ האָבן מיר נישט שלעכטס געטאָן; װײַל פֿאַר אים איז מיר געפֿונען געװאָרן אומשולדיק; און אױך אַקעגן דיר, מלך, האָב איך שלעכטס נישט געטאָן. 24 דענצמאָל האָט זיך דער מלך זײער דערפֿרײט, און ער האָט באַפֿױלן אַרױפֿברענגען דָניאֵלן פֿון דער גרוב; און דָניאֵל איז אַרױפֿגעבראַכט געװאָרן פֿון דער גרוב, און קײן שעדיקונג איז אױף אים נישט געפֿונען געװאָרן, װײַל ער האָט געגלױבט אין זײַן ג-ט. 25 און דער מלך האָט באַפֿױלן, און מע האָט געבראַכט יענע מענער װאָס האָבן געמַסרט אױף דָניאֵלן, און מע האָט זײ אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער גרוב פֿון לײבן, זײ, זײערע קינדער, און זײערע װײַבער; און זײ האָבן צו מאָל נישט דערגרײכט צום דעק פֿון דער גרוב, האָבן שױן די לײבן געװעלטיקט איבער זײ, און אַלע זײערע בײנער צעמאָלן.
26 דענצמאָל האָט דער מלך דָריָוֶש געשיקט צו אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות, װאָס װױנען אױף דער גאַנצער ערד: אײַער פֿריד זאָל זיך מערן! 27 פֿון מיר װערט געגעבן אַ באַפֿעל, אַז אין דער גאַנצער געװעלטיקײט פֿון מײַן קיניגרײַך זאָל מען ציטערן און מורא האָבן פֿאַר אלֹקיו דעם ג-ט פֿון דָניאֵלן;
װאָרעם ער איז דער לעבעדיקער ג-ט,
און ער באַשטײט אײביק,
און זײַן מלוכה איז אַזאַ װאָס װערט נישט צעשטערט,
און זײַן געװעלטיקײט איז ביז צום סוף.
28 ער ראַטעװעט און איז מציל,
און ער מאַכט צײכנס און װוּנדער,
אין הימל און אױף דער ערד;
ער איז דער װאָס האָט מציל געװען דָניאֵלן
פֿון דער מאַכט פֿון די לײבן.
29 און דער דאָזיקער דָניאֵל האָט באַגליקט אונטער דער מלוכה פֿון דָריָוֶשן, און אונטער דער מלוכה פֿון כּוֹרֶש דעם פּרַסער.