1 דער מלך בלשאַצַר האָט געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט פֿאַר טױזנט פֿון זײַנע גרױסע לײַט, און האָט געטרונקען װײַן מיט די טױזנט.
2 האָט בלשאַצַר, אַז ער האָט פֿאַרזוכט דעם װײַן, באַפֿױלן צו ברענגען די גילדערנע און זילבערנע כּלים, װאָס זײַן פֿאָטער נבֿוכַדנֶצַר האָט אַרױסגענומען פֿון דעם הֵיכל װאָס אין ירושָלַיִם; כּדי דער מלך, און זײַנע גרױסע לײַט, זײַנע װײַבער, און זײַנע קעפּסװײַבער, זאָלן טרינקען אין זײ. 3 דענצמאָל האָט מען געבראַכט די גילדערנע כּלים, װאָס מע האָט אַרױסגענומען פֿון דעם הֵיכל פֿון ה׳ס הױז װאָס אין ירושָלַיִם, און דער מלך, און זײַנע גרױסע לײַט, זײַנע װײַבער, און זײַנע קעפּסװײַבער, האָבן געטרונקען אין זײ. 4 זײ האָבן געטרונקען װײַן, און געלױבט די אלוקי הזהב און זילבער, פֿון קופּער, אײַזן, האָלץ, און שטײן.
5 אין דער אײגענער שעה זײַנען אַרױס פֿינגער פֿון אַ מענטשנס האַנט, און האָבן געשריבן אַקעגן דעם לײַכטער, אױפֿן קאַלך פֿון דער װאַנט פֿון דעם מלכס פּאַלאַץ; און דער מלך האָט געזען די האַנטפֿלעך װאָס האָט געשריבן. 6 דענצמאָל האָט זיך געביטן דעם מלכס פֿאַרב, און זײַנע רעיוֹנות האָבן אים געשראָקן, און די געלענקען פֿון זײַנע לענדן זײַנען לױז געװאָרן, און זײַנע קני האָבן זיך געקלאַפּט אײנס אָן אַנדערן. 7 האָט דער מלך אױסגערופֿן אין דער הײך, מע זאָל אַרײַנברענגען די צױבערשפּרעכער, די כַּשׂדים, און די שטערנזעער. דער מלך האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו די חכמים פֿון בָבֿל: װער נאָר עס װעט איבערלײענען דאָס דאָזיקע געשריפֿטס, און װעט דעם פּיתרון דערפֿון מיר באַשײדן, װעט אין פּורפּל אָנגעקלײדט װערן, מיט אַ גילדערנער קײט אױף זײַן האַלדז, און װי אַ דריטער אין דער מלוכה געװעלטיקן.
8 דענצמאָל זײַנען אַרײַנגעקומען אַלע חכמים פֿון מלך, אָבער זײ האָבן נישט געקענט איבערלײענען דאָס געשריפֿטס, און דעם פּיתרון לאָזן װיסן דעם מלך. 9 האָט דענצמאָל דער מלך בלשאַצַר זיך שטאַרק דערשראָקן, און זײַן פֿאַרב האָט זיך אױף אים געביטן, און זײַנע גרױסע לײַט זײַנען געװאָרן צעטומלט.
10 איז פֿון װעגן די װערטער פֿון דעם מלך און זײַנע גרױסע לײַט אַרײַנגעקומען די מלכּה אין הױז פֿון מאָלצײַט; האָט זיך אָפּגערופֿן די מלכּה און האָט געזאָגט: אײביק לעבן זאָל דער מלך! זאָלן דײַנע רעיוֹנות דיך נישט שרעקן, און דײַן פֿאַרב זאָל זיך נישט בײַטן. 11 פֿאַראַן אַ מאַן אין דײַן קיניגרײַך, װאָס דער רוח אלֹקים הײליקע איז אין אים, און אין די טעג פֿון דײַן פֿאָטער איז געפֿונען געװאָרן אין אים ליכטיקײט, און פֿאַרשטאַנדיקײט, און חכמה אַזױ װי די חכמה פֿון די אלֹקים; און דער מלך נבֿוכַדנֶצַר דײַן פֿאָטער האָט אים פֿאַר דעם הױפּט פֿון די חַרטומים, די צױבערשפּרעכער, די כַּשׂדים, און די שטערנזעער אױפֿגעשטעלט – דײַן פֿאָטער דער מלך. 12 װײַל אַן אױסנאַמיקער גײַסט, און קענשאַפֿט, און פֿאַרשטאַנדיקײט, פּותר זײַן חלומות, און באַשײדונג פֿון רעטענישן, און אָפּבינדונג פֿון קנופּן, זײַנען געפֿונען געװאָרן אין אים, אין דָניאֵלן, װאָס דער מלך האָט געמאַכט זײַן נאָמען בלטשאַצַר. אַצונד, זאָל דָניאֵל גערופֿן װערן, און ער װעט באַשײדן דעם פּיתרון.
13 דענצמאָל איז דָניאֵל אַרײַנגעבראַכט געװאָרן פֿאַר דעם מלך. האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און האָט געזאָגט צו דָניאֵלן: ביסטו דאָס דער דָניאֵל װאָס פֿון די גלות-קינדער פֿון יהוּדה, װאָס מײַן פֿאָטער דער מלך האָט געבראַכט פֿון יהוּדה? 14 װאָרעם איך האָב געהערט אױף דיר, אַז דער רוח אלֹקים איז אין דיר, און ליכטיקײט, און פֿאַרשטאַנדיקײט, און אױסנאַמיקע חכמה, געפֿינען זיך אין דיר. 15 און אַצונד זײַנען אַרײַנגעבראַכט געװאָרן פֿאַר מיר די חכמים, די צױבערשפּרעכער, אַז זײ זאָלן איבערלײענען דאָס דאָזיקע געשריפֿטס, און מיך מאַכן װיסן דעם פּיתרון דערפֿון, אָבער זײ קענען דעם פּיתרון פֿון דער זאַך נישט באַשײדן. 16 און איך האָב געהערט אױף דיר, אַז דו קענסט פּותר זײַן פּיתרוֹנים, און אָפּבינדן קנופּן; אַצונד, אױב דו קענסט איבערלײענען דאָס געשריפֿטס, און מיך מאַכן װיסן דעם פּיתרון דערפֿון, װעסטו אין פּורפּל אָנגעקלײדט װערן, מיט אַ גילדערנער קײט אױף דײַן האַלדז, און װי אַ דריטער אין דער מלוכה געװעלטיקן.
17 דענצמאָל האָט געענטפֿערט דָניאֵל און האָט געזאָגט פֿאַר דעם מלך: דײַנע מתָּנות זאָלן בלײַבן בײַ דיר, און דײַנע באַלױנונגען גיב אַן אַנדערן; אָבער דאָס געשריפֿטס װעל איך דעם מלך איבערלײענען, און דעם פּיתרון װעל איך אים מאַכן װיסן. 18 דו, מלך – הָאֵל העליון האָט געגעבן דײַן פֿאָטער נבֿוכַדנֶצַרן מלוכה, און גרױסקײט, און כּבֿוד, און פּראַכט. 19 און פֿון װעגן דער גרױסקײט װאָס ער האָט אים געגעבן, האָבן אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות, געציטערט און מורא געהאַט פֿאַר אים; װעמען ער האָט געװאָלט האָט ער געטײט, און װעמען ער האָט געװאָלט האָט ער געלאָזט לעבן, און װעמען ער האָט געװאָלט האָט ער דערהױבן, און װעמען ער האָט געװאָלט האָט ער דערנידערט. 20 אָבער אַז זײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן, און זײַן גײַסט איז געװאָרן תַּקיף ביז צום מוטװיליקן, איז ער אַראָפּגעזעצט געװאָרן פֿון דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה, און דעם כּבֿוד האָט מען אָפּגעטאָן פֿון אים. 21 און פֿון מענטשנקינדער איז ער פֿאַרטריבן געװאָרן, און זײַן האַרץ האָט מען געמאַכט גלײַך צו אַ חיהס, און מיט װאַלדאײזלען איז געװען זײַן װױנונג; גראָז אַזױ װי אָקסן האָט מען אים געמאַכט עסן, און פֿון דעם טױ פֿון הימל איז ער באַנעצט געװאָרן; ביז ער האָט געװוּסט אַז הָאֵל העליון געװעלטיקט איבער דער מלוכה פֿון מענטשן, און װעמען ער װיל זעצט ער דערױף. 22 און דו, זײַן זון בלשאַצַר, האָסט נישט געבײגט דײַן האַרץ, הגם דו האָסט דאָס אַלץ געװוּסט, 23 נאָר דו האָסט זיך דערהױבן אַקעגן דעם אָדוֹן השמים, און די כּלים פֿון זײַן הױז האָט מען געבראַכט פֿאַר דיר, און דו, און דײַנע גרױסע לײַט, דײַנע װײַבער, און דײַנע קעפּסװײַבער, האָבן װײַן געטרונקען אין זײ, און אלוקי הכסף, און גאָלד, קופּער, אײַזן, האָלץ, און שטײן, װאָס נישט זײ זעען, און נישט זײ הערן, און נישט זײ װײסן, האָסטו געלױבט; און הָאֵל װאָס דײַן נשמה איז אין זײַן האַנט, און אַלע דײַנע װעגן זײַנען בײַ אים, האָסטו נישט געאַכפּערט.
24 דענצמאָל איז אַרױסגעשיקט געװאָרן פֿון פֿאַר אים די האַנטפֿלעך, און האָט אָנגעצײכנט דאָס דאָזיקע געשריפֿטס. 25 און דאָס איז דאָס געשריפֿטס װאָס איז אָנגעצײכנט געװאָרן; מְנֵא מְנֵא תְּקֵל אופֿרסין. 26 דאָס איז דער פּיתרון פֿון דער זאַך: מְנֵא, אלֹקים האָט אָפּגעצײלט דײַן מלוכה, און האָט זי געענדיקט. 27 תְּקֵל, דו ביסט געװױגן געװאָרן אױף אַ װאָגשאָל, און ביסט געפֿונען געװאָרן פֿעליק. 28 פּרֵס, דײַן מלוכה װערט צעטײלט, און אַװעקגעגעבן צו פָּרַס און מָדַי.
29 דענצמאָל האָט בלשאַצַר באַפֿױלן, און מע האָט אָנגעקלײדט דָניאֵלן אין פּורפּל, מיט אַ גילדערנער קײט אױף זײַן האַלדז, און מע האָט אױסגערופֿן אױף אים, אַז ער זאָל זײַן אַ דריטער געװעלטיקער אין דער מלוכה.
30 אין דער אײגענער נאַכט איז בלשאַצַר דער מלך פֿון די כַּשׂדים געטײט געװאָרן.