1 אָבער איך בין, אין ערשטן יאָר פֿון דָריָוֶש פֿון מָדַי, אױפֿגעשטאַנען פֿאַר אַן אָנהאַלט און פֿאַר אַ שטאַרקײט צו אים.
2 און אַצונד װעל איך דיר אָנזאָגן דעם אמת. זע, נאָך דרײַ מלכים װעלן אױפֿשטײן פֿון פָּרַס, און דער פֿירטער װעט פֿאַרמאָגן גרױסע עשירות מער פֿון אַלע; און װײַל ער װעט שטאַרק זײַן דורך זײַן עשירות, װעט ער דערװעקן אַלעמען אַקעגן מַלכות יָוָן. 3 און אַ מלך אַ גיבור װעט אױפֿשטײן, און װעט געװעלטיקן אַ גרױסע געװעלטיקײט, און װעט טאָן לױט זײַן װילן. 4 און אַז ער װעט אױפֿשטײן, װעט זײַן מלוכה צעבראָכן װערן, און װעט צעטײלט װערן צו אַלע װינטן פֿון הימל, אָבער נישט צו זײַנע נאָכקומער, און נישט אַזױ װי זײַן געװעלטיקײט װאָס ער האָט געװעלטיקט; װאָרעם זײַן מלוכה װעט אױסגעװאָרצלט װערן, און פֿאַר אַנדערע, נישט פֿאַר די דאָזיקע.
5 און דער מלך פֿון דָרום װעט װערן שטאַרק, אָבער אײנער פֿון זײַנע האַרן װעט זיך שטאַרקן איבער אים, און װעט געװעלטיקן; אַ גרױסע געװעלטיקײט װעט זײַן זײַן געװעלטיקײט. 6 און אין סוף פֿון די יאָרן װעלן זײ זיך באַהעפֿטן; און די טאָכטער פֿון דעם מלך פֿון דָרום װעט קומען צו דעם מלך פֿון צפֿון, כּדי צו מאַכן אַן אױסגלײַך, אָבער איר אָרעם װעט נישט אָנהאַלטן די מאַכט; אױך ער און זײַן אָרעם װעט נישט באַשטײן; און זי, און די װאָס האָבן זי געבראַכט, און דער װאָס האָט זי געבאָרן, און דער װאָס האָט געהאַלטן מיט איר, װעלן איבערגעגעבן װערן, אין יענע צײַטן.
7 אָבער אײנער פֿון די ריטלעך פֿון אירע װאָרצלען װעט אױפֿשטײן אױף זײַן אָרט, און ער װעט קומען אױפֿן חיל, און װעט אַרײַנגײן אין דער פֿעסטונג פֿון דעם מלך פֿון צפֿון, און ער װעט אױספֿירן קעגן זײ, און װעט בײַקומען. 8 און אױך זײערע אלֹקים, מיט זײערע געגאָסענע געצן, מיט זײערע גלוסטיקע כּלים פֿון זילבער און גאָלד, װעט ער ברענגען אין געפֿאַנגענשאַפֿט קײן מִצרַיִם; און ער װעט יאָרן לאַנג אַװעקשטײן פֿון דעם מלך פֿון צפֿון. 9 און ער װעט קומען אין דעם קיניגרײַך פֿון דעם מלך פֿון דָרום, אָבער ער װעט זיך אומקערן אין זײַן לאַנד.
10 און זײַנע זין װעלן זיך אױפֿרירן, און זײ װעלן אײַנזאַמלען אַ סך גרױסע חַיָלות, און ער װעט קומען און װעט פֿלײצנדיק דורכגײן; דערנאָך װעט ער װידערקערן, און מלחמה האַלטן ביז צו זײַן פֿעסטונג. 11 און דער מלך פֿון דָרום װעט װערן דערביטערט, און ער װעט אַרױסגײן, און װעט מלחמה האַלטן מיט אים, מיט דעם מלך פֿון צפֿון; און יענער װעט אױפֿשטעלן אַ גרױסע מחנה, אָבער די מחנה װעט איבערגעגעבן װערן אין זײַן האַנט. 12 און װי ער װעט אַװעקנעמען די מחנה, אַזױ װעט זיך דערהײבן זײַן האַרץ, און ער װעט מאַכן פֿאַלן צענדליקער טױזנט, אָבער ער װעט נישט גובֿר זײַן. 13 און דער מלך פֿון צפֿון װעט װידער אױפֿשטעלן אַ מחנה גרעסער פֿון דער ערשטער; און אין סוף פֿון אַ צײַט יאָרן װעט ער קומען מיט אַ גרױסן חיל, און מיט פֿיל פֿאַרמעג.
14 און אין יענע צײַטן װעלן פֿיל זיך שטעלן אַקעגן דעם מלך פֿון דָרום, און די פֿאַרשײטע יונגען פֿון דײַן פֿאָלק װעלן זיך דערהײבן אױפֿצושטעלן די זעונג, אָבער זײ װעלן געשטרױכלט װערן. 15 און דער מלך פֿון צפֿון װעט קומען, און װעט אָנשיטן אַן ערדװאַל, און װעט באַצװינגען די שטאָט פֿון פֿעסטונגען; און די אָרעמס פֿון דָרום װעלן נישט קענען באַשטײן, און זײַן געקליבענע מאַנשאַפֿט װעט נישט האָבן קײן כּוֹח צו באַשטײן. 16 און דער װאָס װעט קומען אױף אים, װעט טאָן לױט זײַן װילן, און קײנער װעט נישט באַשטײן פֿאַר אים; און ער װעט שטײן אין דעם שײנעם לאַנד מיט פֿאַרלענדונג אין זײַן האַנט. 17 און ער װעט קערן זײַן פּנים צו קומען אין מאַכט איבער זײַן גאַנצן קיניגרײַך, און װעט מאַכן מיט אים אַן אױסגלײַכעניש, און װעט אים געבן אַ יונגפֿרױ, כּדי עס צו צעשטערן; אָבער דאָס װעט נישט באַשטײן, און עס װעט נישט װערן זײַנס. 18 און ער װעט קערן זײַן פּנים צו די אינדזלען, און ער װעט באַצװינגען פֿיל, אָבער אַ פֿירשט װעט מאַכן אױפֿהערן זײַן לעסטערונג; נײן, ער װעט נאָך אומקערן זײַן לעסטערונג אױף אים אַלײן. 19 און ער װעט קערן זײַן פּנים צו די פֿעסטונגען פֿון זײַן אײגענעם לאַנד, אָבער ער װעט געשטרױכלט װערן און פֿאַלן, און װעט זיך מער נישט געפֿינען.
20 און אױף זײַן אָרט װעט אױפֿשטײן אײנער װאָס װעט מאַכן דורכגײן אַ דריקער דורך דער פּראַכט פֿון דעם קיניגרײַך; אָבער אין אַ קורצער צײַט װעט ער צעבראָכן װערן, און נישט אין צאָרן, און נישט אין מלחמה. 21 און אױף זײַן אָרט װעט אױפֿשטײן אַ ניבֿזה, װאָס מע האָט נישט אַרױפֿגעטאָן אױף אים דעם גלאַנץ פֿון מלוכה; און ער װעט קומען אין מיטן פֿון שלום, און װעט קריגן די מלוכה מיט גלאַטע רײד. 22 און די אָרעמס פֿון דער פֿלײצונג װעלן אַװעקגעפֿלײצט װערן פֿון פֿאַר אים, און זײ װעלן צעבראָכן װערן, און אױך דער פֿירשט פֿון ברית. 23 און נאָך דעם װי מע װעט זיך פֿאַרבינדן מיט אים, װעט ער באַגײן אַ באַטרוג; און ער װעט שטײַגן און װערן שטאַרק מיט װינציק פֿאָלק. 24 אין מיטן פֿון שלום און אין די פֿעסטע ערטער פֿון דער מדינה װעט ער קומען, און ער װעט טאָן װאָס זײַנע עלטערן און זײַנע עלטערנס עלטערן האָבן נישט געטאָן; רױב און פֿאַנג און פֿאַרמעג װעט ער פֿונאַנדערצעשיטן צו זײ; און אַקעגן פֿעסטונגען װעט ער אױסקלערן זײַנע תּחבוּלות, אָבער נאָר ביז אַ צײַט. 25 און ער װעט דערװעקן זײַן קראַפֿט און זײַן מוט אַקעגן דעם מלך פֿון דָרום מיט אַ גרױסן חיל; און דער מלך פֿון דָרום װעט זיך אַרױסרירן אין מלחמה מיט זײער אַ גרױסן און שטאַרקן חיל; אָבער ער װעט נישט באַשטײן, װאָרעם מע װעט אױסקלערן אַקעגן אים תּחבוּלות. 26 און די װאָס עסן זײַן שפּײַז, װעלן אים צעברעכן, און זײַן חיל װעט מען אַװעקפֿלײצן, און פֿיל דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן. 27 און דאָס האַרץ פֿון בײדע מלכים װעט זײַן צום בײזן, און בײַ אײן טיש װעלן זײ רעדן ליגן, אָבער עס װעט נישט באַגליקן, װאָרעם אַ סוף איז נאָך פֿאַראַן צו דער באַשטימטער צײַט. 28 און ער װעט זיך אומקערן אין זײַן לאַנד מיט אַ גרױס פֿאַרמעג, און זײַן האַרץ װעט זײַן אַקעגן דעם הײליקן ברית; און ער װעט אָפּטאָן, און זיך אומקערן אין זײַן לאַנד.
29 אין דער באַשטימטער צײַט װעט ער װידער קומען קײן דָרום, אָבער דאָס לעצטע מאָל װעט נישט זײַן אַזױ װי דאָס ערשטע. 30 װאָרעם שיפֿן פֿון כִּתּים װעלן קומען אױף אים, און ער װעט אײַנגעשראָקן װערן, און װעט זיך אומקערן, און ער װעט צערענען אױף דעם הײליקן ברית, און װעט אױספֿירן; און אַז ער װעט זיך אומקערן װעט ער אַכטן אױף די װאָס פֿאַרלאָזן דעם הײליקן ברית. 31 און אָרעמס פֿון אים װעלן אױפֿשטײן, און װעלן פֿאַרשװעכן די מִקדָש פֿעסטונג, און זײ װעלן אָפּטאָן דעם שטענדיקן קָרבָּן, און װעלן אַרײַנשטעלן די אומװערדיקײט װאָס צעגרױלט. 32 און די װאָס פֿאַרברעכן קעגן ברית, װעט ער מאַכן זינדיק דורך גלאַטע רײד; אָבער דאָס פֿאָלק װאָס קען זײַן ג-ט, װעט זיך האַלטן פֿעסט, און װעט אױספֿירן. 33 און די פֿאַרשטאַנדיקע פֿון פֿאָלק װעלן מאַכן פֿיל צו פֿאַרשטײן; אָבער זײ װעלן פֿאַלן דורכן שװערד, און דורך פֿלאַם, און דורך געפֿאַנגענשאַפֿט, און דורך רױב, פֿיל טעג. 34 און אַז זײ װעלן פֿאַלן, װעלן זײ געהאָלפֿן װערן אַ קלײן הילף; און פֿיל װעלן זיך באַהעפֿטן צו זײ מיט גלאַטע רײד. 35 און פֿון די פֿאַרשטאַנדיקע װעלן פֿאַלן, כּדי צו לײַטערן צװישן זײ, און צו קלערן, און צו רײניקן, ביז דער צײַט פֿון קֶץ; װאָרעם עס װעט נאָך געדױערן ביז דער באַשטימטער צײַט.
36 און דער מלך װעט טאָן לױט זײַן װילן, און ער װעט זיך דערהײבן און זיך גרײסן איבער איטלעכן ג-ט, און אַקעגן דעם ג-ט פֿון די ג‑טער װעט ער רעדן פֿאַרשײַט; און ער װעט באַגליקן, ביז דער צאָרן װעט זיך ענדיקן; װאָרעם װאָס איז נִגזר געװאָרן, מוז געשען. 37 ער װעט אױך נישט אַכטן אױף די ג‑טער פֿון זײַנע עלטערן, און אױף דער גלוסטיקײט פֿון פֿרױען, און אױף קײן ג-ט װעט ער נישט אַכטן, נאָר איבער אַלעמען װעט ער זיך גרײסן. 38 נאָר דעם ג-ט פֿון פֿעסטונגען װעט ער טאָן כּבֿוד אױף זײַן אָרט; יאָ, אַ ג-ט װאָס זײַנע עלטערן האָבן נישט געקענט, װעט ער טאָן כּבֿוד מיט גאָלד און מיט זילבער, און מיט טײַער געשטײן, און מיט גלוסטיקע זאַכן. 39 און ער װעט אַרבעטן אױף שטאַרקע פֿעסטונגען מיט אַ פֿרעמדן ג-ט, צו די װאָס ער װעט אָנדערקענען װעט ער מערן כּבֿוד; און ער װעט זײ מאַכן געװעלטיקן איבער פֿילן, און ערד װעט ער זײ צעטײלן צום לױן.
40 און אין דער צײַט פֿון קֶץ, װעט זיך צונױפֿשטױסן מיט אים דער מלך פֿון דָרום, און דער מלך פֿון צפֿון װעט שטורעמען אױף אים מיט רײַטװעגן, און מיט רײַטער, און מיט פֿיל שיפֿן; און ער װעט קומען אין די לענדער, און װעט פֿלײצנדיק דורכגײן. 41 און ער װעט קומען אין דעם שײנעם לאַנד, און פֿיל לענדער װעלן פֿאַלן, נאָר די דאָזיקע װעלן ניצול װערן פֿון זײַן האַנט: אֶדוֹם, און מוֹאָבֿ, און דער הױפּטטײל פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. 42 און ער װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט אױף די לענדער, און דאָס לאַנד מִצרַיִם װעט נישט אַנטרונען װערן. 43 און ער װעט געװעלטיקן איבער די שאַצן פֿון גאָלד און זילבער, און איבער אַלע גלוסטיקע זאַכן פֿון מִצרַיִם; און די לובֿים און די כּוּשים װעלן זײַן צו זײַנע טריט. 44 אָבער הערונגען פֿון מזרח און פֿון צפֿון װעלן אים דערשרעקן; און ער װעט אַרױסגײן מיט גרױס גרימצאָרן צו פֿאַרטיליקן און צו פֿאַרװיסטן פֿיל. 45 און ער װעט אױפֿשטעלן די געצעלטן פֿון זײַן פּאַלאַץ צװישן די ימען און דעם באַרג פֿון הײליקער שײנקײט. און ער װעט קומען צו זײַן סוף, און קײנער װעט אים נישט העלפֿן.