1 אין דריטן יאָר פֿון דער מלוכה פֿון יהוֹיָקים דעם מלך פֿון יהוּדה, איז געקומען נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בָבֿל אױף ירושָלַיִם, און האָט געלעגערט אױף איר. 2 און אֲדֹנָי האָט געגעבן אין זײַן האַנט יהוֹיָקים דעם מלך פֿון יהוּדה, און טײל פֿון די כּלים פֿון דאָס הױז האלֹקים, און ער האָט זײ געבראַכט קײן לאַנד שִנעָר, אין הױז פֿון זײַן ג-ט; און די כּלים האָט ער געבראַכט אין דער שאַצקאַמער פֿון זײַן ג-ט.
3 און דער מלך האָט געהײסן אַשפּנַז דעם הױפּט פֿון זײַנע הױפֿדינער, ברענגען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿון דעם קיניגלעכן אָפּשטאַם, און פֿון די אַדללײַט, 4 ייִנגלעך װאָס אין זײ איז נישטאָ קײן פֿעלער, און שײנע אױפֿן אױסזען, און באַהאַװנט אין אַלערלײ חכמות, און װױלקענעװדיק אין קענשאַפֿט, און פֿאַרשטאַנדיק אין װיסן, און װאָס האָבן בכּוֹח צו שטײן אין פּאַלאַץ פֿון מלך; און זײ לערנען דעם כּתבֿ און דעם לשון פֿון די כַּשׂדים. 5 און דער מלך האָט זײ באַשטימט אַ טאָגטעגלעכע אױסקומעניש פֿון דעם מלכס שפּײַז, און פֿון דעם װײַן װאָס ער טרינקט, און געהײסן זײ דערציען דרײַ יאָר, און צום סוף פֿון זײ, זאָלן זײ זיך שטעלן פֿאַרן מלך.
6 זײַנען געװען צװישן זײ פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, דָניאֵל, חַנַניָה, מישָאֵל, און עַזַריָה. 7 און דער הױפּט פֿון די הױפֿדינער האָט זײ געגעבן נעמען, און ער האָט געגעבן דָניאֵלן בלטשאַצַר, און חַנַניָהן – שַדרַך, און מישָאֵלן – מֵישַך, און עַזַריָהן – עַבֿד-נגוֹ.
8 און דָניאֵל האָט זיך אַרײַנגענומען אין האַרצן, אַז ער זאָל זיך נישט פֿאַראומװערדיקן מיט דעם מלכס שפּײַז, און מיט דעם װײַן װאָס ער טרינקט, און ער האָט געבעטן פֿון דעם הױפּט פֿון די הױפֿדינער, אַז ער זאָל זיך נישט דאַרפֿן פֿאַראומװערדיקן. 9 און האלֹקים האָט געגעבן דָניאֵלן גענאָד און דערבאַרעמונג בײַ דעם הױפּט פֿון די הױפֿדינער. 10 אָבער דער הױפּט פֿון די הױפֿדינער האָט געזאָגט צו דָניאֵלן: איך האָב מורא פֿאַר מײַן האַר דעם מלך װאָס האָט באַשטימט אײַער שפּײַז און אײַער געטראַנק, טאָמער װעט ער זען אײַערע פּנימער אומעטיקער װי בײַ ייִנגלעך פֿון אײַער עלטער, און איר װעט פֿאַרשולדיקן מײַן קאָפּ פֿאַרן מלך. 11 האָט דָניאֵל געזאָגט צו דעם טראַנקמײַסטער װאָס דער הױפּט פֿון די הױפֿדינער האָט געשטעלט איבער דָניאֵלן, חַנַניָהן, מישָאֵלן, און עַזַריָהן: 12 פּרוּװ, איך בעט דיך, דײַנע קנעכט צען טעג, און זאָל מען אונדז געבן פֿון גרינס צום עסן, און װאַסער צום טרינקען. 13 און זאָל באַװיזן װערן פֿאַר דיר אונדזער אױסזען און דאָס אױסזען פֿון די ייִנגלעך װאָס עסן דעם מלכס שפּײַז; און אַזױ װי דו װעסט זען, טו מיט דײַנע קנעכט. 14 האָט ער צוגעהערט צו זײ אין דער דאָזיקער זאַך, און ער האָט זײ געפּרוּװט צען טעג. 15 און צום סוף פֿון די צען טעג, האָט זײער אױסזען אױסגעװיזן בעסער, און זײ זײַנען געװען פֿעטער אױפֿן לײַב, פֿון אַלע ייִנגלעך װאָס האָבן געגעסן דעם מלכס שפּײַז. 16 אַזױ פֿלעגט דער טראַנקמײַסטער אַװעקנעמען זײער שפּײַז, און דעם װײַן װאָס זײ זאָלן טרינקען, און פֿלעגט זײ געבן גרינס.
17 און די דאָזיקע פֿיר ייִנגלעך, זײ האָט האלֹקים געגעבן קענשאַפֿט און פֿאַרשטאַנדיקײט אין אַלערלײ ספֿרים און חכמה; און דָניאֵל האָט פֿאַרשטאַנען יעטװעדער זעונג און חלומות. 18 און צום סוף פֿון די טעג װאָס דער מלך האָט זײ געהײסן דענצמאָל ברענגען, האָט זײ דער הױפּט פֿון די הױפֿדינער געבראַכט פֿאַר נבֿוכַדנֶצַרן. 19 און דער מלך האָט מיט זײ גערעדט; און צװישן זײ אַלעמען איז נישט געפֿונען געװאָרן אַזאַ װי דָניאֵל, חַנַניָה, מישָאֵל, און עַזַריָה; און זײ זײַנען געשטאַנען פֿאַרן מלך. 20 און אין יעטװעדער זאַך פֿון פֿאַרשטאַנדיקער חכמה װאָס דער מלך האָט בײַ זײ געפֿרעגט, האָט ער זײ געפֿונען צען מאָל העכער װי אַלע חַרטומים און צױבערשפּרעכער װאָס אין זײַן גאַנצן קיניגרײַך.
21 און דָניאֵל איז געבליבן ביז דעם ערשטן יאָר פֿון מלך כּוֹרֶש.