Publicidade

2 Crônicas 8

1 און עס איז געװען צום סוף פֿון צװאַנציק יאָר װאָס שלמה האָט געבױט דאָס הױז פֿון ה׳, און זײַן הױז, 2 און די שטעט װאָס חורָם האָט געגעבן שלמהן, זײ האָט שלמה געהאַט פֿאַרבױט, און דאָרטן באַזעצט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, 3 איז שלמה געגאַנגען קײן חַמַת-צוֹבָֿה, און איז זי בײַגעקומען. 4 און ער האָט געבױט תַּדמוֹר אין דער מדבר, און אַלע שפּײַכלערשטעט װאָס ער האָט געבױט אין חַמָת. 5 און ער האָט אָפּגעבױט די אױבערשטע בֵית-חוֹרוֹן און די אונטערשטע בֵית-חוֹרוֹן, פֿעסטונגשטעט מיט מױערן, טירן, און ריגלען; 6 און בַעַלָת, און אַלע שפּײַכלערשטעט װאָס שלמה האָט געהאַט, און אַלע שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און שטעט פֿאַר רײַטער, און יעטװעדער געלוסט װאָס שלמה האָט געגלוסט צו בױען אין ירושָלַיִם, און אױפֿן לבֿנוֹן, און אין גאַנצן לאַנד פֿון זײַן ממשלה.

7 דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז געבליבן פֿון דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, װאָס זײ זײַנען נישט פֿון יִשׂרָאֵל – 8 פֿון זײערע קינדער װאָס זײַנען געבליבן נאָך זײ אין לאַנד, װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זײ נישט פֿאַרלענדט – זײ האָט שלמה גענומען פֿאַר צינדזקנעכט ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 9 אָבער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט שלמה נישט געמאַכט פֿאַר קנעכט פֿאַר זײַן אַרבעט; נאָר זײ זײַנען געװען די מלחמה-לײַט, און זײַנע אײבערעלטסטע, און די האַרן איבער זײַנע רײַטװעגן און זײַנע רײַטער.

10 און דאָס זײַנען געװען די הױפּטגעשטעלטע װאָס דער מלך שלמה האָט געהאַט: צװײ הונדערט און פֿופֿציק װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק.

11 און פַּרעהס טאָכטער האָט שלמה אַרױפֿגעבראַכט פֿון דָוִדס-שטאָט אין דעם הױז װאָס ער האָט פֿאַר איר געבױט, װאָרעם ער האָט געזאָגט: מײַנע אַ װײַב זאָל נישט װױנען אין דעם הױז פֿון דָוִד דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, װאָרעם די ערטער זײַנען הײליק, װײַל צו זײ איז געקומען דער אָרון פֿון ה׳.

12 דענצמאָל האָט שלמה אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער צו ה׳ אױף דעם מזבח פֿון ה׳ װאָס ער האָט געבױט פֿאַר דעם פֿאָדערהױז, 13 אַזױ װי מע דאַרף אױפֿברענגען טאָגטעגלעך לױט דעם געבאָט פֿון משהן, אין די שבתים, און אום ראָש-חודש, און אין די יוֹם-טובֿים, דרײַ מאָל אין יאָר, אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות, און אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון שבֿועות, און אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת. 14 און ער האָט געשטעלט, לױט דעם געזעץ פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, די אָפּטײלונגען פֿון די כּהנים אױף זײער דינסט, און די לוִיִים אױף זײערע װאַכן, אױף צו לױבן און צו טאָן דעם דינסט לעבן די כּהנים, לױט דעם טאָגטעגלעכן באַדאַרף; און די טױערלײַט לױט זײערע אָפּטײלונגען בײַ איטלעכן טױער, װאָרעם אַזױ איז געװען דער באַפֿעל פֿון דָוִד דעם מאַן פֿון ג-ט. 15 און מע האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון דעם מלכס באַפֿעל צו די כּהנים און די לוִיִים װעגן יעטװעדער זאַך, און װעגן די שאַצן.

16 אַזױ איז צו שטאַנד געקומען שלמהס גאַנצע אַרבעט פֿון דעם טאָג װאָס דער גרונטפֿעסט איז געלײגט געװאָרן פֿאַר ה׳ס הױז, און ביז ער האָט אין גאַנצן פֿאַרענדיקט דאָס הױז פֿון ה׳.

17 דענצמאָל איז שלמה געגאַנגען קײן עֶציוֹן-גֶבֶֿר און קײן אֵילוֹת אױפֿן ברעג ים אין לאַנד אֶדוֹם. 18 און חורָם האָט אים געשיקט דורך דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט שיפֿן, און קנעכט װאָס קענען דעם ים, און זײ זײַנען געקומען מיט שלמהס קנעכט קײן אוֹפֿיר, און האָבן געקריגן פֿון דאָרטן פֿיר הונדערט און פֿופֿציק צענטנער גאָלד, און געבראַכט צום מלך שלמה.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-