Publicidade

2 Crônicas 17

1 און יהוֹשָפֿט זײַן זון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט, און האָט זיך באַפֿעסטיקט אַקעגן יִשׂרָאֵל. 2 און ער האָט געשטעלט חיל אין אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון יהוּדה, און געשטעלט װאַכן אין לאַנד יהוּדה, און אין די שטעט פֿון אפֿרים װאָס זײַן פֿאָטער אָסאָ האָט באַצװוּנגען. 3 און ה׳ איז געװען מיט יהוֹשָפֿטן, װאָרעם ער איז געגאַנגען אין די פֿריִערדיקע װעגן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און ער האָט נישט געזוכט די בַעַל-געטער. 4 נאָר דעם ג-ט פֿון זײַן פֿאָטער האָט ער געזוכט, און אין זײַנע געבאָט איז ער געגאַנגען, און נישט אַזױ װי די מעשׂים פֿון יִשׂרָאֵל. 5 און ה׳ האָט באַפֿעסטיקט די מלוכה אין זײַן האַנט, און גאַנץ יהוּדה האָט געגעבן מתָּנות יהוֹשָפֿטן, און ער האָט געהאַט פֿיל עוֹשר און כּבֿוד. 6 און זײַן האַרץ איז געװען געהױבן אין די װעגן פֿון ה׳; דערצו נאָך האָט ער אָפּגעטאָן די בָמות און די געצנבײמער פֿון יהוּדה.

7 און אין דריטן יאָר פֿון זײַן מלוכה האָט ער געשיקט זײַנע האַרן: בן-חיִלן, און עוֹבַֿדיָהן, און זכַריָהן, און נתַנאֵלן, און מיכָיָהון, צו לערנען די שטעט פֿון יהוּדה. 8 און מיט זײ זײַנען געװען די לוִיִים שמַעיָהו, און נתַניָהו, און זבַֿדיָהו, און עַשָׂהאֵל, און שמירָמוֹת, און יהוֹנָתָן, און אַדוֹנִיָהו, און טוֹבִֿיָהו, און טוֹבֿ אַדוֹנִיָה, די לוִיִים; און מיט זײ, אֶלישָמָע און יהוֹרָם, די כּהנים. 9 און זײ האָבן געלערנט אין יהוּדה, און מיט זײ איז געװען דאָס בוך פֿון ה׳ס תּורה; און זײ זײַנען אַרומגעגאַנגען אין אַלע שטעט פֿון יהוּדה, און האָבן געלערנט צװישן דעם פֿאָלק.

10 און אַ פַּחד פֿון ה׳ איז געװען אױף אַלע מלוכות פֿון די לענדער װאָס אַרום יהוּדה, און זײ האָבן נישט מלחמה געהאַלטן מיט יהוֹשָפֿטן. 11 און פֿון די פּלִשתּים האָט מען געבראַכט יהוֹשָפֿטן, מתָּנות, און זילבער אַ לאָדונג; אױך די אַראַבער האָבן אים געבראַכט שאָף: זיבן טױזנט און זיבן הונדערט װידערס, און זיבן טױזנט און זיבן הונדערט בעק. 12 און יהוֹשָפֿט איז געװאָרן אַלץ גרעסער, ביז גאָר הױך; און ער האָט געבױט אין יהוּדה פּאַלאַצן און שפּײַכלערשטעט. 13 און אַ גרױסע װירטשאַפֿט האָט ער געהאַט אין די שטעט פֿון יהוּדה; און מלחמה-לײַט, העלדישע גיבוֹרים, אין ירושָלַיִם.

14 און דאָס איז געװען זײער צײלונג לױט זײערע פֿאָטערהײַזער: פֿון יהוּדה, הױפּטלײַט פֿון טױזנט: עַדנָה דער הױפּטמאַן, און מיט אים העלדישע גיבוֹרים דרײַ הונדערט טױזנט; 15 און לעבן אים: יהוֹחָנָן דער הױפּטמאַן, און מיט אים צװײ הונדערט און אַכציק טױזנט; 16 און לעבן אים: עַמַסיָה דער זון פֿון זִכרין, װאָס האָט זיך פֿרײַװיליק אָנגעבאָטן פֿאַר ה׳, און מיט אים צװײ הונדערט טױזנט העלדישע גיבוֹרים. 17 און פֿון בנימין: אַ העלדישער גיבור, אֶליָדָע און מיט אים באַװאָפֿנטע מיט בױגנס און שילדן, צװײ הונדערט טױזנט; 18 און לעבן אים: יהוֹזָבָֿד, און מיט אים הונדערט און אַכציק טױזנט געװאָפֿנטע צום קריג. 19 דאָס זײַנען די װאָס האָבן באַדינט דעם מלך, אַחוץ װאָס דער מלך האָט געשטעלט אין די פֿעסטונגשטעט אין גאַנץ יהוּדה.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-